ⓘ דניעפער. דער דניעפער איז א גרויסער טייך, לאנג 2.285 קמ, וואס פליסט פון רוסלאנד דורך בעלארוס און אוקראינע אינעם שווארצן ים. 485 קמ ליגן אין רוסלאנד, 595 קמ אין ב ..

                                     

ⓘ דניעפער

דער דניעפער איז א גרויסער טייך, לאנג 2.285 ק"מ, וואס פליסט פון רוסלאנד דורך בעלארוס און אוקראינע אינעם שווארצן ים. 485 ק"מ ליגן אין רוסלאנד, 595 ק"מ אין בעלארוס און 1.095 ק"מ אין אוקראינע. א טייל פונעם טייך איז דער נאטירלעכער גרענעץ צווישן בעלארוס און אוקראינע. דער דניעפער איז דער פערטער לענגסטער טייך אין אייראפע.

די פאלגנדע חשובע שטעט ליגן אויפן דניעפער: סמאלענסק רוסלאנד, מאהליוו בעלארוס, קיעוו אוקראינע, ניקאפאל אוקראינע און כערסאן אוקראינע.

                                     

1. געאגראפיע

דער טייך איז לאנג אינגאנצן 2.145 ק"מ, פון וואס געפינט 485 ק"מ אין רוסלאנד, 700 ק"מ אין בעלארוס און 1.095 ק"מ אין אוקראינע.

בייטייכן פונעם דניעפער

דער דניעפער האט א סך בייטייכן ביז 32.000 פון וואס 89 זענען טייכן לענגער פון 100 ק"מ. די הויפט פון זיי, גערעכנט פון קוואל אראפ, זענען

.

די וואסער רעסורסן פונעם דניעפער בעקן באשטייען בכרך 80% פון גאנץ אוקראינע.