ⓘ כלאר איז דער כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Cl און אטאם נומער 17. ער איז א האלאגען. אונטער סטאנדארד צימער סביבות עקזיסטירט כלאר אין א צווייאטאמיקער פארעם אלס א גאז, ..

                                     

ⓘ כלאר

כלאר איז דער כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Cl און אטאם נומער 17. ער איז א האלאגען. אונטער סטאנדארד צימער סביבות עקזיסטירט כלאר אין א צווייאטאמיקער פארעם אלס א גאז, דאס הייסט צוויי כלאר אטאמען זענען צוזאמען קאוואלענטגעבונדן. דאס איז אפט געשריבן מיט דעם סימבאל "Cl 2 ". בראשית האט דער דייטשער/שוועדישער כעמיקער קארל ווילהעלם שעלע איזאלירט דעם עלעמענט אין דער גאז פארעם אבער ער האט געטראכט אז דאס וואלט זיין א מישונג פון פארשידענע עלעמענטען. נאר שפעטער האט דער ענגלישער כעמיקער סיר האמפרי דייווי דעם גאז צום ערשטן מאל געגעבן דעם נאמען "Chlorine" אלס אן איינציקער עלעמענט.

כלאר קען מען שמעקן אין א קאנצענטראציע פון ppm ‏3.5 דרייַ און אַ האַלב טיילן אין אַ מיליאָן.

אז א כלאר אטאם באקומט נאך אן עלעקטראן הייסט עס דאן א כלאריד יאן אדער אניאן וואס האט דעם סימבאל - Cl". דאס קען מען מעסטן אין א פרעפאראט אדער מישונג מיט כלארימעטרישער טיטראַציע.