ⓘ מרדכי הערשמאן איז געווען פון די גרויסע חזנים אין דער צייט פונעם מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט, און ער האט קאנקוריט אויפן קרוין אבער יאסעלע האט עס געווינען צוליב ז ..

                                     

ⓘ מרדכי הערשמאן

מרדכי הערשמאן איז געווען פון די גרויסע חזנים אין דער צייט פונעם מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט, און ער האט קאנקוריט אויפן קרוין אבער יאסעלע האט עס געווינען צוליב זיינע פילע אייגנארטיגע מעלות.

                                     

1. ביאגראפיע

הערשמאן איז געבוירן אין יאר תרמ"ח, אין דער שטאט טשערניכאוו וואהלין. אלס קינד האט ער שוין געזונגען אין דעם כאר פון די בארימטע חזנים ר זיידל ראוונער, שמאי מרגליות, ניסי בעלזער און מאיר פיסאק.

ביי די אכצן יאר האט ער געמוזט איינרוקן אין מיליטער, און זייענדיג אין שטאט קרעמענטשאג, האט דער באוואוסטער קרעמענטשאגער חזן דוד רויטמאן דערהערט ווי שיין ער זינגט האט ער ערלעדיגט אז מזאל אים באפרייען, און ער איז דארט געבליבן זינגען אין דעם כאר פון חזן שלמה ראוויץ.

ער איז נפטר געווארן ב שבט תש"א אין בלויזן עלטער פון דריי און פופציג יאר אלט.

                                     

2. חזנות

אין תרע"ג איז הערשמאן ערוויילט געווארן אלס חזן פון ווילנא, אין א פארמעסט פון פינף און צוואנציג בארימטע חזנים.

ער איז געווען דארט חזן זיבן יאר, ביז אין יאר תר"פ איז ער געקומען קיין אמעריקע. און ער האט פארנומען די שטעלע אינעם טעמפל בעט-על אין בארא פארק, ניו יארק.

די באציאונגען צווישן אים און די אנדערע חזנים זענען נישט געווען אזוי אמבעסטן, בפרט מיטן בארימטן חזן ר יאסעלע ראזענבלאט. אבער ווען ר יאסעלע איז טראגיש אומגעקומען אין ארץ ישראל אין יאר תרצ"ג, האט ער געזאגט דעם קל מלא רחמים אויפן קבר צוזאמען מיטן חזן זבולון קווארטין.

חזן הערשמאן האט איבערגעלאזט א אוצר מיט שטיקלעך, ווי אויך איז ער בארימט מיט זיין געשמאקן אראפזינגען שיינע אלטע אידישע לידער.

                                     
  • שלמה הערשמאן געשטארבן ז אב תשל א איז געווען א חזן און יונגערער ברודער פונעם באקאנטן חזן מרדכי הערשמאן די מבינים זאגן אז ער איז נישט געווען ווייניגער
  • קאוד נומער ICD 5005. א יודישע מאמע, יאסעלע ראזענבלאט אין חדר אריין, מרדכי הערשמאן ראזשינקעס מיט מאנדלען, יאן פירס לייג דיין קאפ אויף מיינע קניה, מישא
  • מרדכי הרשמן - שירי עם ביידיש איז א מוזיק אלבאם וואו עס ווערט צוזאמגענומען זעכצן פאלקס לידער געזונגען דורכן חזן מרדכי הערשמאן עס איז צוזאמענגעשטעלט געווארן
  • העברעאישע און יודישע ניגונים, ספעציעל שטייט אים גוט די שטיקלעך פון חזן מרדכי הערשמאן היינט איז ער חזן אין דער לינקאלן סקווער שול, מאנהעטן, ניו יארק. וימלא
  • תרנ ז גרשון יצחק סיראטע תרנ ז - תרס ה דוד רויטמאן תרס ט - תרע ג מרדכי הערשמאן תרע ג - תר ף משה קוסעוויצקי תר ף - תרפ ג ווידעא קליפ פון דעם אמאליגן
  • ושמור, בן ציון קאפאוו קאגאן 19 ושמרו, שמואל מלאווסקי 20 מגן אבות, מרדכי הערשמאן 21 רצה במנוחתינו, משה קאסעוויצקי 22 קידוש, קאפאוו קאגאן 23 ובמקהלות
  • אלעכסאנדעראוויטש - מוישה עלע מיין פריינד צווייטע זייט: יאן פירס - מאמע לע מרדכי הערשמאן - דאס יודישע ליד לייבעלע וואלדמאן - שופר של משיח בן ציון וויטלער - קינדער - יאהרן
  • ברא נזוויל און מזרח ניו יארק. ער דערציילט ווי ער האט אנגעהויבן מיטן חזן מרדכי הערשמאן אבער עס איז געווען א דורכפאל ווען ער האט צוריקגעצויגן די לעצטע מינוט