ⓘ דוד רויטמאן איז געווען א חזן און א קאמפאזיטאר. ער איז געווען פון די גרויסע חזנים אין די צייטן פון יאסעלע ראזנבלאט, קווארטין און הערשמאן. החזן דוד רויטמאן איז גע ..

                                     

ⓘ דוד רויטמאן

דוד רויטמאן איז געווען א חזן און א קאמפאזיטאר. ער איז געווען פון די גרויסע חזנים אין די צייטן פון יאסעלע ראזנבלאט, קווארטין און הערשמאן.

החזן דוד רויטמאן איז געבוירן אין תרמ"ד אין דרעזינקע, פאדאליע. ווען ער איז געווען אלט 12 יאר פלעגן די יונגלעך דאווענען קבלת שבת צוזאמען יעדן פרייטיג צונאכט, און דער יונגער רויטמאן איז געווען דער חזן. ביי די אכצן יאר האט מען אויפגענומען רויטמאן צו ווערן חזן אין דער שטאט יעליזאבעטגראד היינט קיראווגראד. אין תרס"ט איז ער געווארן הויפט חזן אין ווילנע, אן אמט וואס ער האט געהאלטן פיר יאר. נאכדעם איז ער געווארן חזן אין פעטערבורג. ווען די רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין רוסלאנד אין 1917 האט זיך רויטמאן געצויגן קיין אדעס, וואו ער האט אויפגעשטעלט א שולע פאר יודישער מוזיק. ער האט געזונגען אין דער קאפעלע פון זיידל ראוונער. אין תרפ"א האט ער אימיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן. אין תרפ"א האט ער אנגעהויבן דאווענען אין דער סלאנימער שול. פון תרפ"ד ביז זיין פטירה איז ער געווען חזן אין ק"ק שערי צדק אין מאנהעטן, ניו יארק.

ער איז געווען א טענאר, באוואוסט מיט זיין אייגנארטיגער גאנג אין חזנות, מיט א בענקשאפט וגעגועים טוט ער "אויסקוועטשן" יעדעס שטיקל.

צוויי פון זיינע גאר באוואוסטע שטיקלעך, "קול ברמה" און "אשמנו מכל עם", זענען געזונגען געווארן דורך יאסעלע און ער האט אים גערופן צו דין תורה דערפאר.

רויטמאן איז נפטר געווארן אין תש"ג אין ניו יארק. אויף זיין ארט אין ק"ק שערי צדק האט מען אויפגענומען משה גענטשאף.

                                     

1. זיינע קאמפאזיציעס

  • מקדש מלך.
  • היום תאמצנו
  • אשמנו
  • אתה הבדלת תפלת נעילה
  • רחל מבכה על בניה
  • ובמקהלות רבבות
  • וכל באי עולם - כבקרת
  • די עבודה – וכך הי אומר יודיש
  • לכתך אחרי במדבר – הבן יקיר לי
  • השכיבנו
  • לדוד מזמור
  • הבט משמים יודיש
  • יהי רצון ברכת החודש
  • שוכני בתי חומר סליחות
  • אל תירא מפחד פתאום
  • אמר רבי אלעזר
  • אדם יסודו מעפר יודיש
  • שים שלום
  • ארבעה ראשי שנים יוצר לפ החודש
  • ונתנה תוקף
  • ולירושלים עירך
  • מי שעשה ניסים
  • ישמחו יודיש
                                     
  • יואל דוד סטראשונסקי לעווינזאן דער ווילנער בעל הבית ל תקפ ז - תרי א יהושע זאב זאקאן תרל ג - תרנ ז גרשון יצחק סיראטע תרנ ז - תרס ה דוד רויטמאן תרס ט - תרע ג
  • רצה במנוחתינו, משה קאסעוויצקי 22 קידוש, קאפאוו קאגאן 23 ובמקהלות, דוד רויטמאן 24 ישתבח, יאסעלע ראזענבלאט 25 פאר וכבוד, קווארטין 26 יוצר משרתים
  • יארק, ביז ער איז אין יאר תש ד אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום פון דוד רויטמאן אלס חזן פון בית הכנסת שערי צדק אין ניו יארק. ער האט אויפגעטרעטן ביי קאנצערטן
  • איז ערשיינען אום חודש אב תש נ. אשמנו מכל עם פון דוד רויטמאן רעקארדירט אין ווארשע אין באגלייטונג פון דוד אייזנשטאט, דאס איז א זעלטענע שטיקל צוליב וואס עס
  • און זייענדיג אין שטאט קרעמענטשאג, האט דער באוואוסטער קרעמענטשאגער חזן דוד רויטמאן דערהערט ווי שיין ער זינגט האט ער ערלעדיגט אז מ זאל אים באפרייען, און
  • סאקציער אברהם קאצעוו פיניע קיריטשאנסקי יוסף קערלער מארק ראזומני אפרים רויטמאן שלמה רויטמאן מאקס ריאנט הירש רעלעס מאטל שטורמאן יעקב שטערנבערג יוסף איצקאוו חיים