ⓘ לייב גלאנץ. לייב גלאַנץ איז געווען פון די בארימטע חזנים און קאמפאזיטארן. נאך דער חורבן אייראפע האט ער זיך געצויגן קיין ישראל וואו ער פלעג ציען מאסן צו הערן זיין ..

                                     

ⓘ לייב גלאנץ

לייב גלאַנץ איז געווען פון די בארימטע חזנים און קאמפאזיטארן. נאך דער חורבן אייראפע האט ער זיך געצויגן קיין ישראל וואו ער פלעג ציען מאסן צו הערן זיין חזנישע ערשטע סליחות.

                                     

1. יונגע יארן

גלאנץ איז געבוירן אין יאר תרנ"ח אין קיעוו, אוקריינא, צו זיין פאטער ר קלמן, דער בעל תפלה טאלנער שטיבל אין קיעוו פאר דרייסיג יאר צייט.

שוין אלס קינד פון אכט יאר, האט דער יונגער לייבל ארויסגעהאלפן זיין פאטער ביים עמוד.

אין 1926 האט ער פארלאזט אייראפע מיט דער כוונה אריבערציען אין ארץ ישראל, אבער צוערשט איז ער געפארן אין אמעריקע צו רעקארדירן זיין ערשטן אלבאם, און ער איז געבליבן דארט ביז נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.

                                     

2. חזנות

גלאנץ איז געווען א געוואלדיגער קאמפאזיטאר, און איז בארימט מיט זיין לייכטער און שנעלער קאלאראטור. באזונדער ווערט נאכגעזינגען זיין שטיקל "שמע ישראל" פון דער מוסף קדושה, וואס איז זייער א שיין און קונצליך שטיקל.

אין די דרייסיגער יאהרן האט ער געטוישט זיין הברה פון די אשכנזישע צו די ספרדישע\העברעאישע וואס מען נוצט אין ישראל.

עס איז מערקווירדיג אז זיין לעצטע קאמפאזיציע וואס ער האט מחבר געווען ביי זיין לעבן, איז געווען אויף קדיש.

ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן, און איז געווען דארט גאר פאפולער.

ער איז געשטארבן אום שבת שירה, תשכ"ד זייענדיג זעקס און זעכציג יאר אלט.

                                     

3. וועבלינקען

  • א שטיקל פון א לעקציע אין נוסח אויף ראדיא קול ישראל אין 1963 \
  • לייב גלאנצנס אלבאמען
  • זיין בארימטע קאמפאזיציע אויף תפלת טל