ⓘ בערעלע חגי. בערעלע איז געבוירן צו זיין פאטער ר יצחק חגי וואס איז געווען חזן אין א שטעטל דאַגדע, רוסישע אימפּעריע היינט אין לעטלאנד. אלס קינד פון פיר יאר האט ער ..

                                     

ⓘ בערעלע חגי

בערעלע איז געבוירן צו זיין פאטער ר יצחק חגי וואס איז געווען חזן אין א שטעטל דאַגדע, רוסישע אימפּעריע היינט אין לעטלאנד.

אלס קינד פון פיר יאר האט ער שוין געהאלפן זיין פאטער ביים עמוד, און ביי די ניין יאר האט ער שוין געהאלטן קאנצערטן.

ביי די אכצן איז ער דורך דער המלצה פונעם ליובאוויטשער רבין געווארן חזן אין סמאלענסק, רוסלאנד. און דריי יאר שפעטער איז ער געפארן קיין אמעריקע, כדי נישט צו דארפן דינען אין מיליטער.

ביים אנקומען צו די פאראייניגטע שטאטן איז ער געווען חזן אין דעטרויט, באסטאן, און דערנאך אין ניו יארק.

דערנאך האט ער געדינט אלס חזן אין דער עדת ישראל שול אין נוארק, ניו דזשערזי, וואו ער האט געארבעט צוזאמען מיטן דיריגענט זאוועל זילבערטס.

אין 1932 האט ער באקומען א פאסטן אין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע, וואו ער איז פארבליבן פאר ארום צען יאר.

ער איז אויך ארומגעפארן האלטן קאנצערטן אין ענגלאנד, סקאטלאנד און פראנקרייך.

ער האט אנגעהאלטן די פאזיציע אינעם טעמפל בית אל אין בארא פארק פון תש"ג ביז תשי"ב, איבערנעמענדיג דעם חזן מרדכי הערשמאן.

ער איז נפטר געווארן פלוצלונג אום כ"ב ניסן תשי"ד.

                                     

1. קאמפאזיציעס

ער האט איבערגעלאזט אומגעפער פופציג רעקארדירונגען פון זיינע הערליכע חזנישע קאמפאזיציעס פאר אלע געלעגנהייטן, ווי אויך א צאל יודישע פאלקס לידער.

וואכן

  • צור ישראל
  • אחינו כל בית ישראל
  • והוא רחום
  • יראו עינינו
  • אתה חונן

שבת

  • מגן אבות
  • השם מלך
  • וכולם מקבלים
  • ישמח משה
  • רצה במנוחתנו
  • והאופנים
  • קול השם
  • תכנת שבת
  • במה מדליקין
  • החסידים
  • ישתבח