ⓘ עקאנאמיק שטומף ..

אינטערנאציאנאלער געלטפאנד

דער אינטערנאציאנאלער געלטפֿאנד איז אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע געשאפן דעם 22סטן יוני 1944 ביי דער בראטאן וואודס קאנפערענץ, און האט אנגעהויבן צו ווערן דעם 27סטן דעצעמבער 1945 ווען 29 לענדער האבן אונטערגעשריבן דעם הסכם. די ציל פון דער ארגאניזאציע איז געווען צו סטאביליזירן די קורסן. יעדע מיטגליד לאנד דארף ביישטייערן א סומע געלט אין א קאסע. ווען א לאנד האט פראבלעמען מיט צאלן קען עס בארגן פון דער קאסע פראוויזאריש. פראנקרייך איז געווען דאס ערשטן לאנד וואס האט גענומען א הלוואה פונעם פאנד, אין 1947. אין 2012 האט דער פאנד 188 מיטגליד לענדער. דער פאנד ווערט געפירט מיט א דירעקטאריום פון 24 עקסעקיו ...

גרופע 8

די גרופע פון אכט איז אן אינטערנאציאנאלע עקאנאמישע ארגאניזאציע וואס שליסט איין: די פאראייניגטע שטאטן, רוסלאנד, קאנאדע, יאפאן, דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און דאס פאראייניגטע קעניגרייך. די לענדער צוזאמען רעפרעזענטירן עטלעכע 65% פון דער וועלטס עקאנאמיע. די ארגאניזאציע דעבאטירט א ברייטן אויסוואל פון טעמעס אין די געביטן פון עקאנאמיע, פאליטיק און געזעלשאפט ביי זייערע פארשידענע זאמלונגען.

וועלט באנק

דער וועלט באנק איז אן אינטערנאציאנאלער פינאנציעלער אנשטאלט וואס גיט הלוואות צו אנטוויקלידיקער לענדער צו העלפן אויפבויען זייער אינפראסטרוקטור. דער באנק איז געגרינדעט געווארן דעם 27סטן דעצעמבער, 1945. דער באנק איז צאמגעשטעלט פון פינף ארגאניזאציעס. דער וועלט באנק האט א ציל צו פארמינערן ארימקייט.

וועלט האנדל ארגאניזאציע

די וועלט האַנדל־ארגאַניזאַציע איז א גרויסע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע וואס רעגולירט האנדל צווישן לענדער. זי איז געגרינדעט געווארן דעם 1טן יאנואר 1995, אין דעם ארט פון דער פריערדיקער ארגאניזאציע, דער אלגעמיינער אפמאך וועגן צאלטאריפן און מסחר. די ארגאניזאציע האט היינט 153 מיטגלידער לענדער, וואס פארטרעטן 97% פון דער וועלטס באפעלקערונג. די ארגאניזאציע איז הויפטקווארטירט אין גענף, שווייץ. די וועלט האַנדל־ארגאַניזאַציע איז איינער פון וועלט קערפער וואס שטופן פאר מער עקאנאמישע גלאבאליזאציע. די ארגאניזאציע איז א צענטער פון עקאנאמישע פארשונג און אנאליז. זי ארבעט צוזאמען מיט די צוויי אנדערע אינטערנא ...

סחורה

סחורה איז א האנדל און ביזנעס באגריף, אז די זאך אדער פראדוקט וואס מען פארקויפט און קויפט טוישט זיך איר ווערד צוליב דעם וואס דער פארקויפער קען איר פארקויפן און נישט ווייל די קויפער קען איר קויפן. איר פרייז טוישט זיך לויט די ווערד פארן מוכר, איין ביישפיל איז עלעקטריציטעט וואס דאס איז נישט דער נושא וויפיל עס קאסט פארן מוכר, נאר וויפל קונים האט ער לויט דעם ווערט באשטעטיגט די פרייז פון די אינדאסטריע. אז איין טאג אין ווינטער צאלט מען דערפאר אזויפיל מיינט דאן קען זיין אז אין זומער וועט מען צאלן האלב אדער דאפעלט לויט וויפל דער בקשה דערפאר איז דעמאלטס. דאס קען ווערן געטוישט אין אינוועסטירונגען און ז ...

שוועדישע קראנע

די שוועדישע קראנע אדער דער שוועדישער קרוין איז די וואלוטע אין שוועדן זייט 1873. אפיציעל איז די קראנע צעטיילט אין 100 Öre ‏, אבער היינט איז נישט מער דא אזעלכע מטבעות.

                                     

אייראפעישער צענטראלבאנק

דער אייראפעישער צענטראַל־באַנק איז דער הויפט באנק פונעם אייראפעישן פארבאנד. דער באנק איז הויפטקווארטירט אין פראנקפורט אם מיין. דער ציל פונעם באנק איז צו האלטן פרייזן אין אייראפע סטאביל, אז אינפלאציע זאל נישט איבערשטייגן 2%. דער אייראפעישער צענטראלבאנק איז דער איינציקער באנק וואס מעג ארויסגעבן איירא באנקנאטן €, וואס מען ניצט אי די 16 לענדער אין דער אייראזאנע.

                                     

באנק פון ענגלאנד

אלס צענטראלער באנק טוט דער באנק אויפֿפאסן און קאנטראלירן די סטאבילקייט פון דעם געלט און פון די פרייזן, טוט באשטימען די קורס פון די צינזן און לאזט ארויס די באנקנאטן און מטבעות אין דער פאראייניגטער קעניגרייך.

                                     

בערזע

די בערזע איז א מארק וואו בערזע-מעקלער האנדלען אקציעס און ווערטפאפירן. די בערזע פירט א ליסטע פון די אקציעס וואס ווערן באהאנדלט דארטן. אין 1171 האט די רעפובליק פון ווענעדיג געבארגט געלט פון אירע בירגער, מיט 5% צינזן, אבער אן א דאטע ווען זיי וועלן צוריקבאצאלן דאס געלט. במשך דער צייט האבן מענטשן אנגעהויבן צו קויפן און פארקויפן די ווערטפאפירן פונעם בארג, און מיט דעם איז געווארן א מארק פאר ווערטפאפירן.

                                     

האנדל

האַנדל איז קויפן אדער פארקויפן, געלט אדער ווארען. אין אנהייב פלעג מען בייטן גוטער און סחורה. שפעטער האט מען געהאנדלט מיט מיטלען ווי געלט. א האנדל קען זיין צווישן צוויי מענטשן, אדער צוויי פירמעס, אדער אפילו צווישן צוויי לענדער.

                                     

פונט שטערלינג

דער פֿונט שטערלינג, געווייטלעך גערופן דער פונט, איז די וואלוטע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, זיינע קרוין אפהענגיקער און די בריטישע מעבר-לימדיגע טעריטאריעס פון דרום דזשארדזשע און די דרום סאנדוויטש אינזלען, בריטישע אנטארקטישע טעריטאריע און טריסטאן דא קונהא. ער ווערט צעטיילט אויף 100 פענס. דער פונט שטערלינג איז די עלצטע וואלוטע אין דער וועלט נאך אין באניץ. ער האט אנגעהויבן אלס וואלוטע אין 1560 ווען ער איז געווען א פונד געוויכט פון זילבער.