ⓘ סענעגאל. די רעפובליק פון סענעגאל איז א לאנד אין מערב אפריקע מיט א שטח פון 196.723 קוואדראט קמ. זי גרענעצט דעם אטלאנטישן אקעאן צו מערב, מאריטאניע צו צפון, מאלי צ ..

                                     

ⓘ סענעגאל

די רעפובליק פון סענעגאל איז א לאנד אין מערב אפריקע מיט א שטח פון 196.723 קוואדראט ק"מ. זי גרענעצט דעם אטלאנטישן אקעאן צו מערב, מאריטאניע צו צפון, מאלי צו מזרח, און גינע מיט גינע-ביסאו צו בדרום. די גאמביע איז אינגאנצן ארומגענומען פון סענעגאל. דאס לאנד נעמט זיין נאמען פונעם סענעגאל טייך אין צפון, ביים גרענעץ מיט מאריטאניע.

די הויפטשטאט פון סענעגאל איז דאקאר.

סענעגאל איז געווארן אומאפהעגניק פון פראנקרייך אין 1960, און זייט דעמאלסט האט געהערשט דארט א סטאבילע רעגירונג. סענעגאל ווערט פאררעכנט א מאדעל פון פילפארטייאישער דעמאקראטיע אין אפריקע.

                                     

1. דעמאגראפיע

די עיקר רעליגיע אין סענעגאל איז איסלאם, און זיין אנהענגער זענען 92% ביז 94% פון דער באפעלקערונג. די מוסולמענער זענען כמעט אלע סופי. די אנדערע סענעגאלער זען קריסטן.