ⓘ ווילחאוויץ איז א דארף אין טעטשער ראיאן, טראנסקארפאטישע גובערניע, אוקראינע, 19 קמ צפון־מערב פון סיגעט און 11 קמ מזרח פון טעטש. דאס דארף איז 292 מעטער איבערן ים ש ..

                                     

ⓘ ווילחאוויץ

ווילחאוויץ איז א דארף אין טעטשער ראיאן, טראנסקארפאטישע גובערניע, אוקראינע, 19 ק"מ צפון־מערב פון סיגעט און 11 ק"מ מזרח פון טעטש. דאס דארף איז 292 מעטער איבערן ים שפיגל. מזרח פונעם דארף איז דער טערעסווע טייך. אין 2001 האבן געוואוינט אין ווילחאוויץ 3374 מענטשן.

די יידישע באפעלקערונג איז געווען 409 אין 1877 און 727 אין 1921.‏

אזוי ווי די גאנצע טראנסקארפאטישע גובערניע איז ווילחאוויץ געווען אינעם קעניגרייך פון אונגארן פארן ערשטן וועלט קריג, אין טשעכאסלאוואקיי ביזן צווייטן וועלט קריג און אינעם סאוועטן פארבאנד ביז 1990.

                                     
  • חסידות, און מיט זייער הילף צווישן די אנדערע, האט ער אויפגעבויעט דעם ווילחאוויץ זאל אין מאנסי, וואס ווערט געניצט פאר שמחות אין ספעציעלע נידעריגע קאסטן
  • ישראל מיידעל שולע בנות ישראל כוללים, שטיבלעך, מקווה און א חתונה זאל ווילחאוויץ פילצאליגע אייגנטימער פון פארשידענע געשעפטן אזוי ווי ראקלענד כשר, אקשען
  • זוכה געווען צו אזא זון. פון יאר ה תר ע איז רבי חיים מאיר געווען רב אין ווילחאוויץ מאראמאראש, ביז אין יאר ה תרצ ו איז ער געווארן ממלא מקום פון זיין פאטער
  • דער ישועות משה א יאר נאך דער חתונה האבן זיי אריבערגעצויגן אין שטאט ווילחאוויץ וואו רבי משה יהושע האט געדינט אלס א רב. אין ה תש ד זענען די עלטערן פון