ⓘ אייראפע געאגראפיע שטומף ..

אוטיאן

אוטיאַן איז א שטאט אין אוטענער דיסטריקט, צפון־מזרח ליטע, אויפן טייך קראשואנע. די שטאט געפינט זיך 92 ק"מ צפון פון דער הויפטשטאט ווילנע. די שטאט האט 26.491 איינוואוינער.

אונגארן

אונגאַרן איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל אייראפע וואס גרענעצט זיך מיט עסטרייך, סלאוואקיי, אוקראינע, רומעניע, סערביע, קראאטיע און סלאוועניע. זײַן הױפּטשטאָט איז בודאַפּעשט. אונגארן איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, נאט"א, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און איז א שענגען לאנד. די אפיציעלע שפראך איז אונגאריש.

אופסאלא

אופסאַלאַ איז די פערטע גרעסטע שטאט אין שוועדן, מיט א באפעלקערונג פון 144.839. אופסאלא אוניווערסיטעט איז דער עלטסטער אוניווערסיטעט אין סקאנדינאוויע.

אזארן

38°30′N 28°0′W די אַזארן פארטוגעזיש: Açores איז אן ארכיפעלאג פון ניין וואולקאנישע אינזלען אין דעם צפון אטלאנטישן אקעאן; זיי זענען אומגעפער 1500 ק"מ מערב פון ליסבאן און אומגעפער 1900 ק"מ דרום־מזרח פון נייפונדלאנד. די אינזלען, מיט זייער עקסקלוסיווער עקאנאמישער זאנע, נעמען אריין דעם אויטאנאמישן ראיאן פון די אַזארן, איינער פון די צוויי אויטאנאמישן ראיאנען פון פארטוגאל. אין די אזארן זענען פאראן ניין הויפט אינזלען מיט עטלעכע גאר קליינע וויספעס, אין דריי הויפט גרופעס. זיי ציען זיך מער ווי 600 ק"מ אין א צפון־מזרח - דרום־מערב ריכטונג. דער ארכיפעלאג איז א טייל פון מאקאראנעזיע.

אטען

אַטען איז די הױפּטשטאָט פֿון גריכנלאַנד. ער געפינט זיך אין דער פעריפֿעריע פון אטיקע. די היסטאריע פון אטען גייט צוריק מער ווי דריי טויזנט יאר. די שטאט אטען האט א באפעלקערונג פון 655.780, און באדעקט א שטח פון 39 קוואדראט ק"מ. אטען האט גאר א סך אוראלטע מאנומענטן. דער מערסט באוואוסטער פון זיי איז דער פארטענאן אויפן אקראפאליס.

אייזנשטאט

אייזנשטאט, איז די הויפטשטאט פון דעם פעדעראלן לאנד בורגנלאנד וועלכער געפינט זיך אין דער מזרחדיגער זייט פון עסטרייך, די שטאט ליגט אויף א פלאכן שטח נאענט צום גרענעץ מיט אונגארן. די באפעלקערונג פון דער שטאט ציילט אפ א ביסל מער ווי 14.000 איינוואוינערס. די שטאט רעכנט זיך אויכעט אלס איינער פון די פראווינצען פון בורגנלאנד.

                                     

ⓘ אייראפע געאגראפיע שטומף

  • צפון אייראפע רופט מען די גרופע פון לענדער אין אייראפע וואס געפינען זיך אין צפון טייל פונעם קאנטינענט. טיילמאל רעכנט מען אריין גרינלאנד אין צפון אייראפע די
  • דרום אייראפע רופט מען די גרופע פון לענדער אין אייראפע וואס געפינען זיך אין דרום טייל פונעם קאנטינענט. אפטמאל רופט מען די מיטלענדישע לענדער דרום אייראפע אבער
  • לאנד אין אייראפע 5.4 מיליאן מענטשן וואוינען אין פינלאנד. געאגראפיש געפינט זיך פינלאנד טייל אין דער ארקטישער ראיאן, טייל אין צענטראלער אייראפע און טייל
  • אין אייראפע די אנדערע זענען אנדארא, ליכטנשטיין, מאלטא, מאנאקא און וואטיקאן און זי האט די קלענסטע באפעלקערונג פון אלע מיטגלידער אין דער אייראפע ראט
  • די בריטישע אינזלן און אויך דער גרעסטער אינזל אין אייראפע זי ליגט צפון - מערב פון קאנטינענטאלער אייראפע און מזרח פון אירלאנד. גרויסבריטאניע פארנעמט דעם גרעסטן
  • לאנד וואס באשטייט פון אן ארכיפעלאג פון זיבן אינזלען. פלאצירט אין דרום אייראפע 93 ק מ פונעם בארטן פון סיציליע איטאליע עס געפינט זיך אינעם מיטלענדישן
  • בעסאראביא אוקראיניש: Бессарабія בעסאראביא איז א היסטאריש לאנד אין מזרח אייראפע צווישן דעם נעסטער אין מזרח און דעם פרוט אין מערב. זי האט אמאל געהערט פאר
  • העכסטער טעטיגער וואולקאן אין אייראפע בארג עטנע, געפינט זיך אין סיציליע, הויך 3320 מעטער. עטנע איז דער העכסטער בארג אין אייראפע דרום פון די אלפן. עטנע איז
  • קאלינינגראד צו דרום - מערב. ליטע איז א מיטגליד פון נאט א, דעם ראט פון אייראפע און דעם אייראפעישן פארבאנד. איר באפעלקערונג איז 3.6 מיליאן. דעם 1טן יאנואר
  • Magyarország מא דיא רא רסא ג איז א לאנד איינגעשלאסן לא נד אין צענטראל אייראפע וואס גרענעצט זיך מיט עסטרייך, סלאוואקיי, אוקראינע, רומעניע, סערביע, קראאטיע
  • דער מזרח ראיאן פון דעם אזיע קאנטינענט, וואס מען קען דעפינירן אדער לויט געאגראפיע אדער לויט קולטור. מזרח אזיע באדעקט א שטח פון אומגפער 12, 000, 000 ק מ2
                                     

אבעל

אַבעל איז א קליינע שטאט פאנעוועזש דיסטריקט, צפון־מזרח ליטע, מיט 1293 איינוואוינער. נאנט צו דער שטאט איז איינע פון די אזערעס אין דעם ראיאן. אום אויגוסט 1941, האבן די נאציס גענומען אלע יידן פון אבעל און די ארומיגע דערפער אין אַנטאַנאשער וואלד, און געצוואונגען זיי צו גראבן א לאנגע טראנשיי דערנאך האט מען זיי געשאסן און באגראבן. דער אפיציעלער באריכט פון דער דייטשע מיליטער זאגט אז אום 25טן אויגוסט 1941, האט מען געהרגעט 1.160 יידן, פון זיי 112 מענער, 627 פרויען, און 421 קינדער.

                                     

אגאישער ים

דער אגאישער ים איז דער טייל פון דעם מיטלענדישן ים וואס איז צווישן גריכנלאנד און טערקיי. אין דער צפון זייט איז ער באהאפטן צום ים פון מארמארא דורך די דארדאנעלן. דער ים האט אסאך אינזלען וואס מען רופט די אגאישע אינזלען.

                                     

אדריאטישער ים

דער אדריאטישער ים איז א טייל פונעם מיטלענדישן ים וואס שייד איטאליע פון דעם באלקאנער האלבאינזל. דער מערב בארטן ליגט אין איטאליע, און דער מזרח בארטן איז מערסטנס אין קראאטיע און אלבאניע, און אויך א ביסל אין סלאוועניע, באסניע און הערצעגאווינע און מאנטענעגרא. די עיקר טייכן וואס פליסן אריין אין דעם אדריאטישן ים זענען די רענא, פא, אדיגע, ברענטא, פיאווע, נערעטווע, דרין.

                                     

אוואירו

אַוואַירו איז א שטאט אין פארטוגאל אויפן ברעג פונעם אטלאנטישן אקעאן. די מוניציפאליטעט איז צעטיילט אויף 14 פאראפֿיעס. די שטאט איז באקאנט פאר דער פראדוקציע פון זאלץ.

                                     

איוואניטשער ראיאן

איוואַניטשער ראיאן איז א ראיאן אין דער וואהלינער גובערניע אין מערב אוקראינע. איר אדמיניסטראטיווער צענטער איז איוואניטש. זי האט א באפעלקערונג פון 35.995.

                                     

אינזל פון ווייט

דער אינזל פון ווייט איז א גראפנשאפט און דער גרעסטער אינזל פון ענגלאנד, פלאצירט אין דעם ענגלישן קאנאל, דורכשניטלעך 2–4 מייל פון דעם דרום בארטן פון דער גראפנשאפט פון האמפשיר, געשיידט פונעם יאדערלאנד מיט א דורכגאס וואס הייסט דער סאלענט. דער אינזל באדעקט א שטח פון 384 קוואדראט ק"מ.

                                     

אירלאנד

‫ אירלאַנד איז אַ לאַנד אין אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז דובלין. אירלאנד אקופירט רוב פון דעם אירלאנד אינזל. אין 1949 איז אירלאנד געווארן א רעפובליק און עס האט פארלאזט דער בריטישער קאמאנוועלט.

                                     

אמסטעל

דער אמסטעל איז א טייך אין האלאנד וואס פליסט ביז אמסטערדאם. דער טייך האט איין אינזל. דער אמסטעל איז לאנג 31 ק"מ. אמסטערדאם נעמט זיין נאמען פון דעם דאם וואס מען האט געבויט אויפן אמסטעל.

                                     

אמשינאוו

דער ארטיקל דיסקוטירט דאס שטעטל אין פוילן. טאמער זוכט איר דאס חסידות, זעט אמשינאוו הויף. אַמשינאוו איז א שטעטל אין צענטראלן פוילן, 45 ק"מ דרום־מערב פון ווארשע און 10 ק"מ דרום־מזרח פון זשירארדאוו, מיט 6.310 איינוואוינער. זי געפינט זיך אין זשירארדאוו דיסטריקט, אין דער מאזאוויער וואיעוואדעשאפט. אין 1900 האבן געוואוינט אין אמשינאוו 2.523 יידן.‏

                                     

אניקשט

אַניקשט איז א שטאט און א נארטע קורארט אין ליטע, 30 ק"מ מערב פון אוטיאן. ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז אַניקשט געווען א שטעטל אין דער קאוונער גובערניע פון דער רוסלענדישער אימפעריע. איר יידישע באַפֿעלקערונג איז געווען 2754 אין 1900.