ⓘ אידישע טעיפס ..

אוחילה לקל

אוחילה לקל איז א חסידישער מוזיק אלבאם פון סאטמארע ניגונים פארפאסט און ארויסגעגעבן לכבוד די ימים נוראים פון יאהר תשע"ד. עס איז אראנדזשירט, רעקארדירט און געמישט געווארן דורך משה קרויס פון עם קעי סטודיאו. עס זינגען די מיטגלידער פון די סאטמארער קאפעליע.

אמן ואמן

ואמן זענען א סעריע פון צוויי מוזיק אלבאמען ערשינען אין יודיש, ענגליש, העברעאיש און וואקאליש איבער דעם חשיבות פון זאגן אמן ארויסגעגעבן דורך וועד מורא מקדש.

באהלי צדיקים

באהלי צדיקים, איז אן אלבאם פון סאטמארער ניגונים וואס איז ערשינען לכבוד א חתונה דער חתונה פונעם סאטמארער רבינס טאכטער וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין קרית יואל, אין יאר התשנ"ח. עס איז דאן נישט געווארן שטארק אויפגעכאפט צוליב וואס עס איז נישט אזוי פראפעסיאנעל אבער א סאך פון די ניגונים וואס זענען ערשינען דארט צום ערשטן מאל, זענען שפעטער געווארן וועלטס-ניגונים, וועלכע ווערן געזינגען אפטמאל אויכעט ביי אנדערע הויפן. עס איז א געמיש פון בעיקר נייע, און עטליכע פארצייטישע, סאטמארער ניגונים. צווישן רוב ניגונים איז נישט דא קיין אפשטעל נאר מפאהרט תיכף אריין אינעם אנדערן. די מערהייט פון די ניגונים און ליד ...

בזאת אני בוטח

בזאת אני בוטח איז א חסידישע מוזיק אלבאם דער פערטער אין די סעריע פון ניגוני חסידי פיטסבורג. די מוזיק איז אויסגעארבעט דורך מונא ראזענבלום. עס איז פארשפרייט געווארן דורך לחיים דיסט. Z15.

בפי ישרים

בפי ישרים איז א חסידישער געשפיהלטע מוזיק אלבאם מיט צוועלף טרעקס ערשינען אויף א קאסעטע אין יאהר 1993. די ניגונים זענען נתחבר געווארן פארן בעלזער הויף דורך יודל איינהארן.

                                     

החזן מלבסקי ומקהלתו: מיין יודישע מאמע

החזן מלבסקי ומקהלתו: מיין יודישע מאמע איז א מוזיק אלבאם מיט לידער געזינגען דורכן חזן שמואל מלאווסקי און זיין כאר, ארויסגעגעהבן דורך גאלטאן. די רעכטן פאר דעם סי די האט שפעהטער גל פז איבערגענומען. עס אנטאלט ניין טרעקס, וועלכע כמעט אלע זענען יודישע אדער סתם לידער. עטליכע זענען מיט אביסל א חזנישן טעם.

                                     

ותמלוך עלינו (בעלז)

ותמלוך עלינו איז א חסידישע מוזיק אלבאם וועלכע אנטהאלט די ניגונים פארפאסט דורך רבי יוסף צבי ברייער פארן בעלזער הויף. די מוזיק איז אויסגעארבעט געווארן דורך דודי קאליש. עס איז צוערשט ערשינען אין קאסעטע אין יאהר 1997 און דערנאך אין יאהר התש"ס אויף סי די.

                                     

תכון בית תפלתי

תכון בית תפלתי איז א חסידישע מוזיק אלבאם דער זעקסטער אין די סעריע פון שירי ציון. די מוזיק און כאר איז פראדוצירט דורך דוד יהודה שטוהל און אראנדזשירט געווארן דורך יהודה בנימין שטראהלי.