ⓘ 1882. ‏ 1882 איז דאס 82סטע יאר אינעם 19טן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1882 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן ..

                                     

ⓘ 1882

‏ 1882 איז דאס 82סטע יאר אינעם 19טן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1882 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 12 טעג.

אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

                                     

1. געשעענישן

  • 12טן דעצעמבער - געגרינדעט ראש פינה
  • 30סטן סעפטעמבער - די ערשטע הידרא־עלעקטרישע קראפט סטאנציע אין דער וועלט הייבט אן צו ארבעטן אין וויסקאנסין, פאראייניגטע שטאטן
                                     

2. געבוירן

  • 14טן מערץ - וואצלאוו סירפינסקי, פוילישער מאטעמאטיקער געש 1969
  • 17טן יוני - איגאר סטראווינסקי, רוסישער קאמפאזיטאר געש 1971
  • 9טן מיי - יאסעלע ראזנבלאט, וועלט בארימטער חזן נפ 1933
  • 30סטן סעפטעמבער - האנס גייגער, דייטשער פיזיקער געש 1945
  • 14טן אקטאבער - עמאן דע וואלערא, אירישער פאליטיקער געש 1975
  • 15טן יוני - יאן אנטאנעסקו, הערשער פון רומעניע בעת דער צווייטער וועלט מלחמה הינגעריכטעט 1946
  • 11טן דעצעמבער - מאקס בארן, יידישער פיזיקער
  • 30סטן יאנואר - פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט, פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן געש 1945
                                     

3. געשטארבן

  • 19טן אפריל - טשארלס דארווין, ענגלישער ביאלאג, האט אויסגעטראכט די טעאריע פון עוואלוציע געב 1809
  • 2טן יוני - דזשוסעפי גאריבאלדי, פירער פון דער באוועגונג צו פאראייניקן איטאליע געב 1807