ⓘ געאמעטריע ..

געאמעטריע

געאמעטריע איז אן אפטיילונג פון מאטעמאטיק וואס פארנעמט זיך מיט פראגעס פון פארעם, גרייס, פארהעלטענישע פאזיציע פון פיגורן און די איינגשאפטן פון רוימען. געאמעטריע באהאנדלט פארמען ווי קוואדראטן, דרייעקן און קרייזן און פונדאמענטאלע סטרוקטורן ווי פונקטן, ליניעס - גלייכע און קרומע, און פלאכער פלאץ. אין געאמעטריע טוט מען באווייזן פראפאזיציעס ניצנדיק טעארעמען, ווי למשל די קאנגרוענץ געזעצן. געאמעטריע איז פון די עלצטע צווייגן פון מאטעמאטיק. זי האט אנגעהויבן אנטוויקלען אין מזרח אזיע און אוראלט עגיפטן. געאמעטריע האט אָנווענדונגען צו פֿיל פֿעלדער, איינשליסנדיק קונסט, ארכיטעקטור און פֿיזיק, ווי אויך צו אנ ...

איינס קרייז

אין מאטעמאטיק, איז די איינס קרייז די קרייז וואס איר ראדיוס איז 1, און איר צענטער איז ביים אקסן אנהייב פון דער קארטעזישער פלאך. אין טריגאנאמעטריע ניצט מען די איינס קרייז אויף פארשידענע צוועקן - צו דעפינירן א נאטירלעכע מאס פאר א ווינקל, דער ראידאן, און צו פארברייטערן די דעפיניציעס פון די טריגאנאמעטרישע פונקציעס. אפטמאל שרייבט מען פאר דער איינס קרייז S 1.

גלייכשענקליגער דרייעק

אין געאמעטריע, איז אַ גלייכשענקליגער דרייַעק אַ דרייעק וואָס האט צוויי ריפן מיט גלייכע לענג. די מאַטאַמאַטישע שטודיע פון גלייכשענקליגע דרייעקן גייט צוריק צו אוראלט־עגיפּטישער מאַטעמאַטיק און בבלישער מאטעמאטיק. גלייכשענקליגע דרייעקן זענען געווארן געניצט ווי באַפּוצונג שוין פון פריערירעגע צייטן, און באווייזן זיך אָפט אין ארכיטעקטור און פּלאַנירונג. די צוויי גלייכע ריפן זענען גערופן די שענקלעך און דער דריטער ריפ איז גערופן דער באַזיס פון דעם דרייעק. די הייך, שטח און פּערימעטער פונעם דרייעק קען מען רעכענען דורך פּשוט פארמלען פון די לענג פון די שענקלעך און דער באַזע. יעדער גלייכשענקליגער דרייַע ...

גראד (ווינקל)

דער ארטיקל דיסקוטירט מעסטן ווינקלען אין געאמעטריע. טאמער זוכט איר אנדערע באדייטן, זעט גראד. מען ניצט גראַד אדער שטאַפּל צו מעסטן ווינקלען אין געאמעטריע. די טייטש פון שטאפל איז א מדריגה העכער אזוי ווי שטיגן. מען ניצט דעם סימבאל °, למשל זעכציג גראד שרייבט מען 60°.

גראדעק

אין געאמעטריע איז א גראָדעק אדער רעקטאַנגל א פירעק מיט אלע ווינקלען גראדווינקלען. יעדער גראדעק איז א פאראלעלאגראם, מיט אלע ווינקלען גראדווינקלען. די שכנותדיקע זייטן פון א גראדעק זענען געוויינלעך נישט גלייך מיט אנאנד. א גראדעק מיט אלע פיר זייטן גלייך רופט מען א קוואדראט. אין א גראדעק זענע די צוויי אַלכסונס דיאגאנאלן גלייך און זיי האלבירן זיך איינס אנאנד. די לענגערע פון די זייטן פון א גראדעק ווערט גערופן זיין "לענג", און די קירצערע זיין "ברייט". אז די זייטן פון א גראדעק זענען לאנג a {\displaystyle \ a} און b {\displaystyle \ b}, דעמאלסט: דער שטח פונעם גראדעק איז גלייך צו: A = a ⋅ b {\display ...

דיאמעטער

אין געאמעטריע איז דער דיאַמעטער פון א קרייז א כארדע פונעם קרייז וואס גייט אדורך דעם צענטער. מען ניצט דאס זעלבע ווארט פאר דער לענג פונעם דיאמעטער; די לענג פונעם דיאמעטער איז טאפלט פון דער לענג פון א ראדיוס פונעם קרייז. אין גראף טעאריע איז דער דיאמעטער פון א פארבינדלעכער גראף דער גרעסטער דיסטאנץ צווישן די ווייטסטן צוויי קנופן איינס פון אנאנד אינעם גראף.