ⓘ עזרא עטייה. הרב עטייה איז געווען אן אויסגעצייכנטער מתמיד. אין תרסז האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער אוהל מועד ישיבה, וואס איז שפעטער געווארן ישיבת פורת יוסף, ווע ..

                                     

ⓘ עזרא עטייה

הרב עטייה איז געווען אן אויסגעצייכנטער מתמיד. אין תרס"ז האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער אוהל מועד ישיבה, וואס איז שפעטער געווארן ישיבת פורת יוסף, ווען די ראשי ישיבות זענען געווען הרב רפאל שלמה לאניאדא און הרב יוסף ידיד הלוי. אין דער ישיבה איז ער געווען פאררעכנט אן עילוי און האט זוכה געווען צו לערנען בחברותא מיט הרב יוסף ידיד הלוי. אין 1908 האט ער חתונה געהאט מיט באליסא סאלעם, די טאכטער פונעם מקובל הרב אברהם סאלעם, איינער פון דער חאלאבער חכמים וואס האט געוואוינט אין ירושלים.

                                     

1. ראש ישיבה

אין אנהייב פון דער ערשטער וועלט מלחמה האבן הרב אברהם חיים עדס און הרב חיים שאול דווייק אים געהאלפן אנטלויפן קיין עגיפטן כדי זיך ארויסדרייען פון דער אטאמאנישער ארמיי, מיט דעם וועט ער קענען עוסק זיין אין לערנען תורה. זיי האבן אים ארויסגעשמוגלט מיט א געפעלשטן רוסישן פאס, וואס אין יענע יארן האט נישט געפאדערט קיין בילד. ער האט אינגיכן ארומגענומען ארום זיך תלמידים, און ער האט מיט זיי געלערנט אכט יאר אין די ישיבות "כתר תורה" און "אהבה ואחווה" אין קיירא. דורכאויס דער וועלט מלחמה איז נישט געווען קיין גוטע פארבינדונג צווישן עגיפטן און ארץ ישראל, האט ער נישט געקענט באקומען א בריוו ווען זיין ברודער אליהו איז געשטארבן פון א לונגען אנטצינדונג אין דער אטאמאנישער ארמיי. אבער יענעם טאג האט ער געחלומט אז זיין ברודער פרעגט אים פארוואס ער זאגט נישט קדיש נאך אים, האט הרב עזרא טאקע אנגעהויבן זאגן קדיש.

נאך דער מלחמה איז די רביצין באליסא געקומען קיין קיירא. אין דער פרי באמערקט הרב עזרא אז דער זייגער, וואס האט יארן לאנג נישט געארבעט, האט אנגעהויבן צו גיין. האט הרב עזרא פארשטאנען אז זיין ווייב קומט אן און ער איז זאפארט געגאנגען אין דער באן סטאנציע צו באגעגענען זי.

אין תרפ"ב איז ער צוריק אין ארץ ישראל מיט זיין ווייב און צוויי קינדער. ווען ישיבת פורת יוסף איז געגרינדעט געווארן אין תרפ"ג איז ער געווארן א מגיד שיעור דארטן. אין תרפ"ה איז דער ראש ישיבה, הרב שלמה לאניאדא, נפטר געווארן און מען האט באשטימט הרב עטייה צו ווערן ראש ישיבה. ער האט געדינט אין דעם אמט 45 יאר, ביז תש"ל.

אסאך פון זיינע תלמידים זענען געווארן פירער פון יידישע קהילות אין ישראל, די פאראייניקטע שטאטן און דרום אמעריקע. דער מערסטער באקאנטער צווישן זיינע תלמידים איז הרב עובדיה יוסף. נאך באקאנטע תלמידים זענען הרב יהודה צדקה, הרב בן ציון אבא שאול, הרב מרדכי אליהו, הרב חיים דוד הלוי, הרב דוד שלוש רב פון נתניה, און הרב ציון לוי הויפט רב פון פאנאמא.

הרב עטייה איז באשטימט געווארן א דיין אינעם ספרדישן בית דין, אן אמט וואס ער האט געהאלטן 20 יאר. הרב עטייה איז געווען שטארק אנגענומען ביי די רבנים הערש פסח פראנק הויפט רב פון ירושלים און דעם חזון איש. דער חזון איש האט געזאגט אויף הרב עטייה אז זיין סברה אין לערנען איז אזוי ווי איינער פון די ראשונים. אין די 1940ער יארן האט מען פארבעטן הרב עטייה צו דינען אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

הרב עטייה איז נפטר געווארן מוצאי ל"ג בעומר, י"ט אייר תש"ל 1970. מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות אין גבעת שאול, ירושלים. ער האט איבערגעלאזט זעקס זין און איין טאכטער. איינער פון זיינע זין, הרב דוד עטייה (געב׳ תרפ״ט, איז געווען א דיין אין דער ירושלים בית דין, און האט אויפגעשטעלט אין זיין נאמען דעם בית מדרש "היכל עזרא".

                                     

2. זיינע תלמידים

  • הרב מרדכי אליהו
  • הרב אברהם שלוש, רב פון כפר סבא
  • הרב יוסף משה עדס, ראש ישיבת פורת יוסף - גאולה
  • הרב דוד שלוש, רב פון נתניה
  • הרב ציון לוי, רב פון פאנאמא
  • הרב נעים אליהו
  • הרב חיים דוד הלוי, רב פון תל אביב-יפו
  • הרב בן ציון אבא שאול, ראש ישיבת פורת יוסף - גאולה
  • הרב עובדיה יוסף
  • הרב יהודה כהן, ראש ישיבה פון יקירי ירושלים - גאולה
  • הרב יהודה צדקה, ראש ישיבת פורת יוסף - גאולה
  • הרב אליהו בן חיים, רב פון קווינס, ניו יארק
  • הרב יהודה מועלם, ראש ישיבת פורת יוסף - גאולה