ⓘ טויטשטראף איז א שטראף וואס א רעגירונג האט אין אירע געזעצן הינריכטן א מענטש וואס איז באשולדיקט דורך א געריכט פאר געוויסע פארברעכן, ווי למשל, רציחה און פארראט קעג ..

                                     

ⓘ טויטשטראף

טויטשטראף איז א שטראף וואס א רעגירונג האט אין אירע געזעצן הינריכטן א מענטש וואס איז באשולדיקט דורך א געריכט פאר געוויסע פארברעכן, ווי למשל, רציחה און פארראט קעגן דעם לאנד.

די לענדער וואס פירן אויס טויטשטראף היינט זענען כינע, אינדיע,די פאראייניגטע שטאטן, אינדאנעזיע, פאקיסטאן, באנגלאדעש, ניגעריע, עטיאפיע, עגיפטן, סאודי אראביע, איראן און די אראבישע לענדער, אזוי אויך אין יאפאן, דרום קארעע, טייוואן און סרי לאנקא. אין אייראפע, קאנאדע און אויסטראליע ניצט מען היינט מער נישט קיין טויטשטראף.

                                     

1. אין יידישקייט

לויט דער תורה, א סנהדרין קען פאראורטיילן א מענטש אויף טויטשטראף פאר די פאלגנדע עבירות וואס ער האט געטון במזיד און געווארנט דורך עדים:

  • חילול שבת
  • מזנה זיין מיט א געהייראטער פרוי
  • רציחה
  • דינען עבודה זרה