ⓘ ראצפערט, הויף. ראצפערט איז א שטאט אין אונגארן וואס איז באקאנט ביי חסידים ווי דער הויף וואס האט אויפגעשטעלט רבי שלום אליעזר האלבערשטאם, זון פון דעם דברי חיים פון ..

                                     

ⓘ ראצפערט (הויף)

ראצפערט איז א שטאט אין אונגארן וואס איז באקאנט ביי חסידים ווי דער הויף וואס האט אויפגעשטעלט רבי שלום אליעזר האלבערשטאם, זון פון דעם דברי חיים פון צאנז.

                                     

1. גרינדונג פונעם חסידות

דער גרינדער פונעם ראצפערטער חסידות איז געווען רבי שלום אליעזר האלבערשטאם, וואס איז געבוירן געווארן חול המועד פסח תרכ"ב. ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכעטער פון זיין שוואגער רבי מרדכי דוב טווערסקי פון הארניסטייפל, און ער האט געוואוינט ביי אים נאך דער חתונה. נאך א שטיק צייט האט די רוסישע רעגירונג פארטריבן אים ווייל ער איז נישט געווען קיין בירגער, און ער איז צוריק אין גאליציע. אין תר"ס האט ער אימיגרירט אין אונגארן און ער האט אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע, ערשט אין טעגלאש און שפעטער אין ראצפערט. רבי שלום אליעזר איז דערמארדעט געווארן אין דער חורבן אייראפע אין אוישוויץ טויט לאגער, ט"ז סיון התש"ד.

אין ראצפערט איז אויך געווען א הויף געפירט פון רבי נפתלי הירץ הלוי, א תלמיד פונעם צאנזער רב, אבער סאיז נישט געווען קיין שייכות צווישן די צוויי הויפן.

                                     

2. נאכן חורבן

רבי שלום אליעזרס צווייטער זון איז געווען רבי משולם זושא, אן איידעם ביי רבי נפתלי טייטלבוים פון נירבאטור, א זון פון רבי ישראל יעקב יוקיל פון וואלאווע. רבי משולם זושאס דריטע טאכטער, רייצא, האט חתונה געהאט מיט רבי יואל בער, אן אייניקל פון רבי חיים טירער, דעם "באר מים חיים"‏. רבי יואל בער איז געראטעוועט געווארן פון דער חורבן אייראפע און האט זיך באזעצט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. עטלעכע יאר שפעטער האט ער זיך געצויין קיין סאו פאולא, בראזיל, וואו ער האט אויפגעשטעלט א חסידישע קהילה אויפן נאמען פון זיין שווער רבי משולם זושא. רבי יואל איז געווען א גרויסער בעל חסד גדול.

זיינע איידעמעס זענען:

  • רבי יצחק אייזיק רוזנבוים, קליוולאנדער רבי
  • רבי מנחם אליעזר זאב רוזנבוים, אדמו"ר פון קרעטשעניף

נאך רבי יואל בערס פטירה כ"ט אדר תשנ"ב, האט זיין עלטערער איידעם, דער קרעטשעניפער רבי, באקריינט זיין איינציגן זון רבי זושא פאר ראצפערטער רבי און זיין איידעם רבי יצחק דוד הורוויץ פאר גאב"ד פון דער קהילה. די מיטגלידער פון דער קהילה זענען נישט קיין ראצפערטער חסידים.

רבי יצחק דוד הורוויץ, גאב"ד פון דער קהילה, האט געעפנט מוסדות בני ברק, בית שמש און אלעדאין ישראל, און אין וויליאמסבורג אין די פאראייניגטע שטאטן. זיין איידעם הרב מאיר האגער א זון פון הרב ישראל אליעזר האגער, א זון פון רבי משה האגער ראש ישיבה אין סערעט-וויזשניץ איז רב פון דער קהילה אין בית שמש, און זיין איידעם הרב חיים מערץ דינט אלס רב פון דער קהילה אין וויליאמסבורג.

                                     
  • שני די ווייב פון הרב ישראל צבי ראטנבערג, קאסאנער רבי, דער אור מלא. ראצפערט הויף רבינו הקדוש מראצפערט - זיינע לעבען דערציילונגען אין לשון קודש, פון הרב
  • געהייראט רבי יהודה אריה לייב אלטער דעם שפת אמת זעט דעם הויפ ט א רטיקל ראצפערט הויף רבי שלום אליעזר האלבערשטאם הי ד ה תרכ ב ט ז סיון ה תש ד דער ראצפערטער
  • בוקאווינא היינט אוקראינע וואו רבי ישכר בער ראזנבוים האט אויפגעשטעלט זיין הויף דאס חסידות איז א צווייג פון נאדווארנא. רבי ישכר בער איז געבוירן געווארן
  • רובין, פון צאנז. מרת רחל, די ווייב פון רבי משולם זושא יצחק האלבערשטאם, פון ראצפערט מרת רויזא בלימא הי ד - ג סיון ה תש ד די ווייב פון רבי אורי גליקליך
  • אויסגעוואנדערט אויף אונגארן ווי ער האט זיך אויפגעהאלטן און מונקאטש און אין ראצפערט זייענדיג און מונקאטש האט אויסגעבראכן די באקאנטע מחלוקה צווישן מונקאטש