ⓘ געארג דער זעקסטער איז געווען מלך פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און די דאמיניאנען פונעם בריטישן קאמאנוועלט פונעם 11טן דעצעמבער 1936 ביז זיין טויט. ער איז געווען דע ..

                                     

ⓘ געארג דער זעקסטער

געארג דער זעקסטער איז געווען מלך פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און די דאמיניאנען פונעם בריטישן קאמאנוועלט פונעם 11טן דעצעמבער 1936 ביז זיין טויט. ער איז געווען דער לעצטער קייסער פון אינדיע, און דער ערשטער הויפט פון דער קאמאנוועלט.

אלס צווייטער זון פונעם מלך געארג דער פינפטער, ער האט נישט געקלערט צו ירשענען די מלוכה. ער האט געדינט אינעם קעניגלעכן פלאט ווערנט דער ערשטער וועלט מלחמה, און נאך דער מלחמה האט אויסגעפירט א רייע פובליקע באשטעלונגען. ער האט געהייראט ליידי עליזאבעט בויס-לייאן אין 1923, און זיי האבן געהאט צוויי טעכטער, עליזאבעט און מארגארעט.

ווען זייער פאטער איז געשטארבן אין 1936 האט געארג׳ס עלטערער ברודער איבערגענומען די מאנארכיע אלס עדווארד דער אכטער. שפעטער ווען עדווארד האט געזאגט אז ער גייט הייראטן די גרושה וואליס סימפסאן, האט דער בריטישער פרעמיער מיניסטער סטענלי באלדווין אים באראטן אז ער וועט נישט קענען הייראטן א גרושה און בלייבן דער מלך. אזוי האט עדווארד אבדיקירט, און געארג האט איבערגענומען די מלוכה, דער דריטער מאנארך פון ווינדזאר הויז.

                                     
  • עדווארד. זי איז געווארן קעניגין אין 1952 מיטן טויט פון איר פאטער, געארג דער זעקסטער אין 2012 האט זי געהאט געדינט אלס קעניגין 60 יאר, און מען האט געהאלטן
  • דעם 6טן יאנואר איז דער זעקסטער טאג פון יאר, אין דער ערשטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 359 טעג 360 אין אן עיבור יאר
  • דעם אייראפעישן פארבאנד 1685 - געארג פרידריך הענדל, קאמפאזיטאר געש 1759 1744 - מאיר אמשיל ראטשילד, דער פאטער פון דער ראטשילד משפחה נפטר 1812 1954
  • ערשטער רוסלאנד קייסער ניקאליי דער ערשטער רוסלאנד מלך געארג דער פערטער פאראייניגטע קעניגרייך קייסער וויליאם דער ערשטער פאראייניגטע קעניגרייך פון
  • געווען א בריטישער פאליטיקער פון דער קאנסערוואטיוו פארטיי און דריי מאל פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך צווישן דער ערשטער און צווייטער וועלט - מלחמות