ⓘ האבארן אונטערגרונט סטאנציע. האבארן איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין צענטראל לאנדאן, ביים ראג הויך האבארן און קינגסוויי. די סטאנציע איז די איינציגע איבערבי ..

                                     

ⓘ האבארן אונטערגרונט סטאנציע

האבארן איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין צענטראל לאנדאן, ביים ראג הויך האבארן און קינגסוויי. די סטאנציע איז די איינציגע איבערבייט סטאנציע צווישן דער צענטראל ליניע און דער פיקאדילי ליניע. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.

                                     

1. היסטאריע

די סטאנציע איז געעפנט געווארן דורך דער גרויסנארדענער, פיקאדילי און בראמפטן באן היינט די פיקאדילי ליניע דעם 15טן דעצעמבער 1906 מיטן נאמען האבארן קינגסוויי ; מען האט אראפגענומען דעם סופיקס "קינגסוויי" אין די 1960ער יארן. זיי האבן געקליבן דעם ארט וואו די באן איז אריבער דער צענטראלער לאנדאנער באן היינט די צענטראלע ליניע. מיט דער צייט האט מען געעפנט די צענטראלע ליניע פעראנען דעם 25סטן סעפטעמבער 1933, צו שאפן אן איבערבייט צווישן די צוויי ליניעס.

                                     

2. וועבלינקען

  • האבארן סטאנציע, 1925
  • לאנדאנער אונטערגרונט מוזיי פאטאגראפיע ארכיוו
  • האבארן סטאנציע, קינגסוויי אריינגאנג 1907
  • פיקאדילי ליניע פעראן, 1973

קאארדינאטן: 51°31′03″N 0°07′12″W