ⓘ עמי וויינהאוס. עמי זשייד וויינהאוס איז געווען א בריטישע יידישע זינגערן און לידער שרייבערן. זי איז געווארן באוואוסט אדאנק זירע ספעציעלע סטייל וואס האט אריינגערעכ ..

                                     

ⓘ עמי וויינהאוס

עמי זשייד וויינהאוס איז געווען א בריטישע יידישע זינגערן און לידער שרייבערן. זי איז געווארן באוואוסט אדאנק זירע ספעציעלע סטייל וואס האט אריינגערעכנט א געמיש פון פארשידענע מוזיק זשאנערס ווי סאויל, סקא, זשעז, און ריזעם ענד בלו.

אירע ערשטע אלבאם Frank איז געווען א סוקסעס ביי פארקויפינגען און אויך ביי מוזיק קריטיקירער. אירע צווייטע אלבאם Back to Black וואס איז ארויסגעקומען אין 2006 האט באקומען אסאך אויסצייכענונגן אריינגערעכנט אלבאם פונעם יאר און ליד פונעם יאר. פונעם אלבאם האט זי פובליקירט סינגעלס ווי Rehab און You Know That Im Not Good און Back To Black ". אין יאר 2007 האט זי געוואונען אן עהרע אלץ די בעסטע בריטישע זינגערן.

אינעם 23סטן יולי 2011 איז זי געפונען געווארן טויט אין אירע היימארט אין לאנדאן, די לאנדאנער פאליציי האבן נאכנישט ארויסגעגעבן די אורזאך פונעם טויט, אבער מען שפאקולירט אז סאיז צוליב א אויבערמאס פון דראגס, וויבאלד זי פלעגט זיין צוגעבינדן צו דראגס און האט אסאך געליטן דערפון.