ⓘ סאנט פאלס אונטערגרונט סטאנציע. סאַנט פאלס איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין צענטראל לאנדאן, אויף דער צענטראלער ליניע, צווישן באנק און טשאנסערי ליין סטאנציע ..

                                     

ⓘ סאנט פאלס אונטערגרונט סטאנציע

סאַנט פאלס איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין צענטראל לאנדאן, אויף דער צענטראלער ליניע, צווישן באנק און טשאנסערי ליין סטאנציעס. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.

                                     

1. היסטאריע

די סטאנציע איז געעפנט געווארן דורך דער צענטראל-לאנדאנער אייזנבאן דעם 30סטן יולי 1900 מיטן נאמען Post Office פאסטאַמט, נאך דער הויפטקווארטיר פונעם גענעראלן פאסטאמט.

ווען מען האט אויסגעגראבן די צענטראלע ליניע האט מען געשאפן די טונעלן אונטער די גאסן, כדי צו פארמיידן שאדן צו געביידעס פון וויברירונגען. אזוי ווי הויך האבארן איז צו שמאל, זענען די טונעלן אין דעם טייל איינס איבער דעם צווייטן, ממילא אין דער סט פאלס סטאנציע איז דער פעראן קיין מערב איבער דעם פעראן קיין מזרח.