ⓘ חנוך צבי הכהן לעווין. רבי חנוך צבי הכהן לעווין איז געווען שטאטס רב פון בענדין און פון די פירער פון פוילישן יידנטום פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. ער איז געווען א ..

                                     

ⓘ חנוך צבי הכהן לעווין

רבי חנוך צבי הכהן לעווין איז געווען שטאטס רב פון בענדין און פון די פירער פון פוילישן יידנטום פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. ער איז געווען אן איידעם פון רבי יהודה אריה לייב אלטער, דער "שפת אמת".

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

רבי הירש העניך איז געבוירן אין רודא מאלעניץ ז כסלו תרל"א צו זיין פאטער, רבי פינחס יעקב הכהן לעווין, אן אייניקל פונעם רבין ר העניך, חסיד פונעם אלטן קאצקער רבין און מנהיג פון די גערער חסידים אין די יארן תרכ"ו ביז תרל"א, און צו זיין מוטער טעלצא, די טאכטער פון ר צבי הירש ליבל דישקעס פון טאמאשאוו, דעם קאצקער רבינס משמש בקודש.‏ ער האט באקומען די נעמען פון זיינע צוויי זיידעס. ער איז געהאדעוועט געווארן אין מאלעניץ וואו די אלטע קאצקער-גערער חסידים פלעגן קומען צוגאסט ביי זיין פאטער און זיין זיידן.

                                     
  • פון ראדזין, אדמו ר רבי ישראל פרידמאן פון טשארטקאוו, בענדינער רב ר חנוך צבי הכהן לעווין און נאך. פיל האבן זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט גאר ווארעמע ווערטער
  • יצחק מאיר אלטער פון גער. רבי מרדכי יוסף ליינער פון איזשביצא רבי חנוך העניך הכהן לעווין פון אלעקסאנדער. רבי יעקב אריה גוטערמאן פון ראדזימין. רבי ישראל יצחק