ⓘ שמעון נתן נטע בידערמאן, בני ברק. רבי שמעון נתן נטע איז געבוירן געווארן טבת תרצא צו זיין פאטער רבי משה מרדכי פון לעלאוו. ער האט געוואוינט אין צפת און פופצן יאר א ..

                                     

ⓘ שמעון נתן נטע בידערמאן (בני ברק)

רבי שמעון נתן נטע איז געבוירן געווארן טבת תרצ"א צו זיין פאטער רבי משה מרדכי פון לעלאוו. ער האט געוואוינט אין צפת און פופצן יאר אין קרוין הייטס, ברוקלין. אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט אין דער תומכי תמימים ישיבה אין תל אביב, ביי הרב רפאל כהן.

נאך זיין פאטערס פטירה אין תשמ"ז האט מען אים געקרוינט קארלין-לעלאווער רבי. שפעטער, צוליב א מחלוקת אין קארלין, האט ער באשלאסן אז ער וויל מער נישט פירן די קארלינער חסידים, נאר די לעלאווער חסידים.

זיין בית מדרש איז געווען אין בני ברק. אין זיינע לעצטע טעג האט ער געוואוינט כמעט א גאנץ יאר אין צפת.

ער איז נפטר געווארן יום כיפור תש"ע, און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.

                                     

1. משפחה

רבי שמעון נתן נטע האט געהייראט מרת לאה איטא נפ׳ א אדר ב התשע"א, טאכטער פון הרב שלמה פריינד. זיי האבן געהאט דריי זין און זעקס טעכטער:

  • ווייב פון הרב מענדל גאלד, רב פון קהל בית אשר אין בארא פארק.
  • רבי אהרן, דינט אלס רבי אין בית שמש - רוב פון די חסידים האבן אים מקבל געווען ווי זייער רבי.
  • ווייב פון הרב אברהם משה גראס, סקווערער חסיד.
  • רבי אליהו עזריאל, דינט אלס רבי אין רמת לעלוב, בני ברק.
  • רבי יעקב יצחק, דינט אלס רבי אין ירושלים.
  • גאלדא פריידא באכנער, וואוינט אין פאראייניגטע שטאטן.
  • ווייב פון הרב שמחה אברהם קארנרייך, באבאווער חסיד.
  • אסתר צירל, ווייב פון הרב ישראל ערנסטער, זון פון הרב מנחם ערנסטער, דער וויזשניצער ראש ישיבה.
                                     
  • בא דײ טן: רבי שמעון נתן נטע בידערמאן לעלאווער רבי אין קראקע און ירושלים רבי שמעון נתן נטע בידערמאן לעלאווער רבי אין בני ברק רבי שמעון נתן נטע בידערמאן לעלאווער
  • ירושלים. רבי משה מרדכי בידערמאן ה תרס ד - כ ד טבת ה תשמ ז לעלאווער רבי אין בני ברק - ירושלים. רבי שמעון נתן נטע בידערמאן טבת ה תרצ א - יום כיפור
  • פונעם סולם אויפן זוהר ה תשל ז - רבי משה יצחק געווירצמאן, פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן ה תש ע - רבי שמעון נתן נטע בידערמאן לעלאווער רבי אין בני ברק
  • ה תשל ז - נפטר געווארן רבי משה יצחק געווירצמאן, פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן ה תש ע - נפטר געווארן רבי שמעון נתן נטע בידערמאן לעלאווער רבי אין בני ברק
  • געבוירן געווארן אין יאר תרס ג אין דער אלטשטאט ירושלים צו זיין פאטער רבי שמעון נתן נטע פון לעלאוו און זיין מוטער מרת חנה רייצא, טאכטער פון הרב יוסף ציינווירט