ⓘ בת-שבע קאניעווסקי. רביצין בת-שבע אסתר קאַניעווסקי, געבוירן בת-שבע אסתר אלישיב, איז געווען די ווייב פון הרב חיים קאניעווסקי און א רוחניותדיקע פירערין. אנדערש ווי ..

                                     

ⓘ בת-שבע קאניעווסקי

רביצין בת-שבע אסתר קאַניעווסקי, געבוירן בת-שבע אסתר אלישיב, איז געווען די ווייב פון הרב חיים קאניעווסקי און א רוחניותדיקע פירערין. אנדערש ווי רוב רביצינס, בפרט ביי די ליטווישע, פלעג זי אויפנעמען מענטשן. פרויען פון אלע שטראמען זענען געקומען צו איר צו באקומען פון איר א ברכה אדער אן עצה.‏

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

בת-שבע אסתר איז געבוירן געווארן אין ירושלים אין התרצ"ב צו איר פאטער רב יוסף שלום אלישיב, שפעטער דער פירער פון דעם ליטווישן חרדישן ציבור, און צו איר מוטער שיינא חיה, א טאכטער פון הרב אריה לעווין. אין אירע יונגערע יארן האט זי געארבעט פירן ביכער, און אויך האט זי געהאלפן איר פאטער, הרב אלישיב, אין מגיה זיין די כתבים פון זיין פאטער דער מקובל הרב שלמה עליאשאוו, מחבר פון לשם שבו ואחלמה גערופן בעל הלשם. דעם שידוך צווישן איר מיט רבי חיים קאניעווסקי, וואס האט דעמאלסט געלערנט אין דער לאמזשער ישיבה אין פתח תקוה, האט גערעדט דער חזון איש. זיי האבן חתונה געהאט ו כסלו התשי"ב‏.

                                     

2. משפחה

אירע קינדער זענען

  • רות, ווייב פון רבי יהושע צביון
  • רבי אברהם ישעיהו, ראש ישיבה פון שפת הים אין בני ברק
  • ברכה, ווייב פון רבי זעליג בראווערמאן, רוזשינער ראש ישיבה
  • חנה, ווייב פון הרב שרגא שטיינמאן, ראש ישיבה פון קהילות יעקב אין בני ברק
  • לאה, ווייב פון רבי יצחק קאלאדעצקי
  • רבי יצחק שאול שוקי
  • רבי שלמה, ראש ישיבה פון קרית מלך אין בני ברק
  • דינה, ווייב פון רבי דוד עפשטיין, פון די ראשי ישיבות פון כנסת יצחק

זי פלעג דאווענען אלע תפילות אין דער לעדערמאן שול, און אין די לעצטע יארן האט זי מקפיד געווען צו דאווענען שחרית מיט וותיקין.

זי איז נפטר געווארן י"ז תשרי התשע"ב, שבת חול המועד סוכות, ביי דער עלטער פון 79. ביי איר לוויה האבן מיטגעטיילט בערך פופציק טויזנט מענטשן.‏

נאך איר פטירה, האט איר מאן רבי חיים געבעטן זייער טאכטער, רביצין לאה קאלאדעצקי, ווייטערפירן איר מאמעס עבודת הקודש אין זיין דירה.

                                     

3. וועבלינקען

  • מוסטער:בחדרי חרדים
  • מוסטער:הארץ
  • אבל כבד: הרבנית בת-שבע קנייבסקי ע"ה באתר כיכר השבת

קובי נחשוני, הרבנית בת שבע קנייבסקי הלכה לעולמה, ביי ynet‏, 15טן אקטאבער 2011 אויף העברעיש