ⓘ רביצינס ..

אדל

אָדל איז געווען די טאכטער פון בעש"ט. אָדל האט חתונה געהאט מיט ר יחיאל אשכנזי מען האט אים גערופן ביי חסידים דער דייטשל, וויבאלד ער איז געקומען פון דייטשלאנד. ער ווערט פאררעכנט ביי חסידים ווי א צדיק נסתר, ער האט געהאט דריי קינדער פון אדל, א טאכטער פייגא און צוויי זין ר משה חיים אפרים פון סדילקאוו דער בעל דגל מחנה אפרים, און ר ברוך פון מעזשביזש.

לאה אסתר האגער

רעביצין לאה אסתר האגער איז געווען די ערשטע ווייב פון הרה"ק רבי משה יהושע האגער זצ"ל, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק.

טראני טווערסקי

הרבנית טראני טווערסקי איז געווען די רביצין פון דעם דריטן סקווערער רבין, רבי יעקב יוסף טווערסקי. זי איז געווען די טאכטער פון רבי פיניעלע אוסטילער און מרת חנה רחל, טאכטער פֿונעם בעלזער רב, רבי ישכר דוב רוקח. זי איז געווען באקאנט אלס א ריכטיגע רביצין א שם דבר, זייענדיג אן איבערגעבליבן צווייגל פון דער בעלזער משפחה, ווי זי איז אויפגעוואקסן אירע יונגע יארן, א איינאיינציגע פלומעניצע פונעם בעלזער רב רבי אהרן פון איין מאמע, וואס דער בעלזער רב אליין האט זיך אזוי אויסגעדרוקט זי איז דאך אן אייגענע. עס ווערט דערציילט אויף איר גאר גרויסע שבחים, וואס צווישן זיי, האט געזאגט אויף איר דער פריערדיגע בעלזער ר ...

סאשע טייטלבוים

רעבעצין סאשא, איז געבוירן געווארן אין בני ברק אין יאר צו איר פאטער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי, רבי משה יהושע האגער זצ"ל און צו איר מוטער מרת לאה אסתר ע"ה, די טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש און מרת סאשא נאך וועמען זי הייסט הי"ד. אלס מיידל האט זי געלערנט אין דער וויזשניצער בית יעקב שולע אין בני ברק. אין כ"א סיון התשכ"ו האט זי חתונה געהאט מיט איר מאן דעם צוקונפטיגן סאטמארער רבי, רבי אהרן טייטלבוים. די גרויסארטיגע חתונה איז געפראוועט געווארן אין קרית וויזשניץ, אין באטייליגונג פון טויזנטער חסידים פון ביידע הויפן - וויזשניץ און סאטמאר. אומגעפער א יאר נאך דער חתונה האבן זיי זיך ...

מלכה רוקח

מלכה רוקח איז געווען די ערשטע בעלזער רעבעצין, ווייב פון רבי שלום רוקח, גרינדער פון בעלזא, און מוטער פון רבי יהושע רוקח, דער צווייטער אין דער דינאַסטיע.

שבע ברכה ערנסטער

מרת שבע ברכה ערנסטער איז געווען שטארק טעטיג אין דעם צווייטן וועלט קריג צו ראטעווען יידן פון די הענט פון די נאציס. זי האט געשטיצט איר מאן, הרב משה ערנסטער, אין אויפשטעלן קרית מאור חיים אין צפת און ירושלים צו לינדערן די קאסטן פון באהויזונג.

בת-שבע קאניעווסקי

רביצין בת-שבע אסתר קאַניעווסקי, געבוירן בת-שבע אסתר אלישיב, איז געווען די ווייב פון הרב חיים קאניעווסקי און א רוחניותדיקע פירערין. אנדערש ווי רוב רביצינס, בפרט ביי די ליטווישע, פלעג זי אויפנעמען מענטשן. פרויען פון אלע שטראמען זענען געקומען צו איר צו באקומען פון איר א ברכה אדער אן עצה.‏

פריידא גיטל ראטנבערג

פרידא גיטל איז געבוירן געווארן אין קערעסטיר ט"ו אב תרפ"ח צו רבי מאיר יוסף רובין, קערעסטירער רבי, אן אוראייניקל פון רבי מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, און זיין ווייב מרת רבקה צירל, א טאכטער פון הרב אברהם שטיינער פון קערעסטיר, א זון פון רבי ישעיהלע קערעסטירער. אלס יונג מיידל איז זי גענומען געווארן אין דעם אוישוויץ קאצעט וואס זי האט אבער איבערגעלעבט. זי האט שטענדיג געהאלטן אז זי האט זוכה געווען דערצו פון איר פאטערס ברכה "דו וועסט זיי איבערלעבן". אין אוישוויץ איז זי געווען די איינציגע וואס האט געקענט דאס גאנצע דאווענען בעל־פה. זי האט געדאווענט הויך און די אלע מיידלעך האבן מיטגעדאווענט מיט איר. ...

שרה רוקח

זי איז געבוירן פרייטאג כ"ח חשוון יאר תש"ז צו איר פאטער רבי משה יהושע האגער, וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי, און איר מוטער מרת לאה אסתר. זי האט געלערנט אין דער וויזשניצער שולע אין בני ברק. זי האט חתונה געהאט מיטן צוקונפטיגן בעלזער הרב ישכר דוב רוקח ה אדר תשכ"ה אין קרית וויזשניץ, בני ברק. דאס פארפאלק האט געוואוינט אין דעם ערשטן אנדערהאלב יאר אין קרית וויזשניץ. נאכהער האבן זיי אריבערגעצויגן אין ירושלים, און איר מאן רבי ישכר דוב האט עמטליך איבערגענומען די פירערשאפט פונעם בעלזער חסידות און צו דינען אלס א רבי. 11 יאר נאך דער חתונה האט זי געבוירן זייער איינציגסטע קינד רבי אהרן מרדכי רוקח. ...

חיה מושקא שניאורסאן

רעבעצין חיה מושקא שניאורסאן איז געווען די טאכטער פון רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, דער זעקסטער רבי פון חב"ד-ליובאוויטש, און די ווייב פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, דער זיבעטער רבי פון של חסידות חב"ד.

                                     

רביצין

רביצין איז געוויינטליך א ווייב פון א רב אדער א רבי. עמטליך האט נישט קיין רביצין קיין שום תפקיד, נאר מען רופט רביצין אלס כבוד צי איר מאן דער ת"ח, אבער געווענליך איז שוין א טויגליכע רביצין אין עסקנות, בעיקר ביי די פרויען פאריין פין זייער קהלה. א רב וועט אים נישט פאסן צו זאגן למשל גיי פרעג מיין ווייב וועט ער זאגן גיי פרעג מיין רביצין. טייל גאר פרומע בעלי בתים זאגן קיינמאל דאס ווארט ווייב ווייל זיי באטראכטן רביצין אלס מער אן איידעלער אויסדרוק אויף א פארהייראטער פרוי.