ⓘ עסנווארג ..

עסנווארג

עסנווארג זיינען פארשידענע מאטעריאלן וואס ווערן אריינגענומען אין די בעלי חיים דורך דעם וואס זיי עסן זיי, דאס איז כדי זאלן זיי זיך אָנשעפן מיט ענערגיע און אנדערע וויכטיגע באדארפענישן. אויב די עסן זיינען גיסנדיג הייסט דאס "געטראנקען". מענטשן און א סך אנדערע בעלי חיים עסן סיי פלייש פון אנדערע בעלי חיים, און סיי געוואוקסן. די פלאנצן ברויכן צו עסן, נאר זיי קענען אויך באקומען ענערגיע פון די זון.

אייזקרעם

אייזקרעם איז א געפרוירענע צושפייז געמאכט געוויינלעך פון מילכיגע פראדוקטן, און איז געמישט מיט פלעיוואר און צוקער כדי דאס צו מאכן זיס און געבן קאליר. בערך א מיליאן גאלאנען אייזקרעם ווערט אויפגעגעסן אין אמעריקע יעדען זומער און פארנעמט 8 פראצענט פון די מילכיגע עסן מארקעט.

באסקין-ראבינס

באסקין-ראבינס איז א גלאבאלע נעץ פון אייזקרעם זאלן געגרינדעט דורך די שוואגערס בערט באסקין און אירוו ראבינס אין 1945 אין גלענדייל, קאליפארניע אין די פאראייניקטע שטאטן. די נעץ האט בערך 5.800 צווייגן איבער דער גארער וועלט, 2.800 פון זיי אין די פאראייניקטע שטאטן. די אנדערע צווייגן זענען פארשפרייט איבער מער ווי דרייסיג לענדער, כולל אויסטראליע, אינדיע, איראן, באנגלאדעש, וויעטנאם, טייוואן, טיילאנד, יאפאן, מאלייזיע, מעקסיקא, סאודי אראביע,עגיפטן, די פאראייניגטע עמיראטן, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, קאנאדע און קארעע. באסקין-ראבינס איז באקאנט מיט איר סלאגאן "31 טעמים". די ערשטע געשעפט וואס האט געעפנט אי ...

באק פולווער

באק פולווער און סאדע פולווער זענען ביידע יערן אגענטן וועלכע זענען צוזאמענגעשטעלט פון א רייע כעמיקאלן וועלכע פראדוצירן זויערע קוילנשטאף איינמאל עס ווערט געמישט מיט וואסער אדער דעגרייכט א געוויסע טעמפרעאטור. ווי באקאנט לאזט מען רוב געבעקסן זיך יערן בעפאר מען שטעלט דאס צו באקן. א ברויט איז נישט קיין ברויט נאר אויב עס יערט און ווערט גרויס און ווייעך. פאר טויזענטער יארן אט מען גענוצט הייוון אלס דער יערן אגענט צו לאזן יערן ברויט. הייוון איז א געוואוקס פון די מאשרום פאמיליע און וועט בטבע אויפעסן צוקער איינמאל עס ווערט געשטעלט דערנעבן. אין דעם פראדעצור ווערט געשאפן קארבאן דיאקסייד דאס איז די כעמיק ...

ברויט

ברויט איז אן עסן וואס ווערט געמאכט פון א טייג, וואס איז מעל אויסגעמישט מיט וואסער; מען באקט דעם טייג, אדער אמאל טוט מען פרעגלען אדער קאכן דעם טייג. ברויט קען זיין אדער געזייערט אדער נישט געזייערט. אין דעם טייג גיט מען אריין זאלץ און א זייערמיטל ווי הייוון אדער סאדע. אפטמאל מישט מען אריין פעט. סאיז פאראן סארטן ברויט וואס זענען געמאכט מיט צוקער, מילך, אייער, ראזשינקעס, ציבל און זוימען. פריש ברויט איז געשמאק; עס שמעקט גוט, זעט אויס גוט און האט א גוטן טעם. אמאליגע צייטן איז דאס געווען גאנצעטע היינט איז דאס צושניטן. אבער אין פארשידענע לענדער איז דאס נאך אלסט נישט צושניטן, און דאס קומט אין פארשי ...

גערשט

גערשט, א געוואוקס פון דער גראז פאמיליע, איז א וויכטיקער מין פון תבואה. גערשטן ווערן ברייט געניצט ווי געפיטער פאר בהמות, צו מאכן אלקאהאלישע געטראנקען ווי ביר, וויסקי און דזשין, צו קאכן אין פארשידענע עסנווארג, און אין טייל ערטער מאכט מען דערפון ברויט. נאך פון אוראלטע צייטן מאכט מען מאלץ פון גערשטן. אין יאר 2007 איז גערשט געווען די פערטע מערסטע פארשפרייטע תבואה אין דער וועלט, סיי אין כמות פראדוצירט 136 מיליאן טאן סיי אין שטח איינגעזייט 566.000 ק"מ 2.

                                     

אייער ברויט

אייער ברויט, געבראטענע ברויט אדער געפרישטע ברויט איז א מאכל וואס מען עסט אויף פרישטיק. מען גרייט דאס צו פרעגלן ברויט וואס מהאט איינגעטונקען אין אייער. ווערט גערופען אין פארשידענע נעמען, ווי צום ביישפיל בונדאש בונדאשקענייער גענומען פון אונגאריש. דאס שוועסטער פון אייער ברויט, איז שפיגל איי אייער שפייז

                                     

ארגאניק וואלי

ארגאניק וואלי איז א קאאליציע פון ארגאניק פארמערס וועלכע פראדוצירן ארגאנישע שטייג פריי אייער און מילכיגס באזירט אין וויסקאנסין, פאראייניגטע שטאטן. עס איז געגרינדעט געווארן אין יאהר 1988 און פארשפרייט שוין היינט זייערע פראדוקטן אין פיער-און-צוואנציג לענדער ארום די וועלט, אריינגערעכנט קאנאדע, יאפאן און כינע. אין יאהר 2013 זענען זייערע פארקויפונגען געווען נאענט צו א ביליאן דאלער. זיי האבן בסך הכל אכט הונדערט ארבעטער און אכצן הונדערט פיער-און-פערציג פארמערס אונטער זיך.

                                     

באקלאווא

באַקלאַוואַ איז א געבעקס וואס באשטייט פון מערערע דינע שיכטן טייג, געפילט מיט צומאלענע מאנדלען, צוקער און קארדעמאן, באגאסן מיט אויל. נאכן באקן באגיסט מען עס מיט א געדיכטן סירופ פון וואסער און צוקער. די יודן אין איראק פלעגן עס עסן לכבוד פורים.

                                     

גערשטן

גערשטן איז א מין תבואה. מען ניצט אים ווי עסנווארג פאר בהמות. אויך מאכט מען ביר און וויסקי פון גערשטן. אין 2007 האט מען פראדוצירט אין דער וועלט 136.000 טאן גערשטן. גערשטן מין Hordeum איז די צווייטע פון די שבעת המינים. אין דעם בית המקדש פלעג מען מקריב זיין א קרבן מנחה פון גערשטן, דעם קרבן עומר, יעדע יאר דעם צווייטן טאג פסח.

                                     

גריס

גריס אדער קוואקער איז א זאך וואס מען עסט געווענלעך צופרי אדער מיטאג. עס איז מילך געמישט מיט תבואה. די ברכה איז א מזונות, אבער עס ווענדט זיך ווי געדעכט די גריז איז. אויב איז עס זייער רינעדיג מאכט מען א שהכל.

                                     

הארן מעלאנע

הארן מעלאנע אויך באוואוסט אלס קיוואנא איז א פרוכט פון די אוגערקע פאמיליע, זי האט א אראנזש קאלירטע שאלאכץ מיט הערנער ארום די גאצנע פרוכט, הארן מעלאנע פארמאגט עטליכע הונדערט קערעלעך, יעדע קערל איז ארום גענומען מיט א ווייעכע וואסעריגע גרינע שאל מיט א טעם וואס איז אן אויסמיש פון אוגערקע וואסערמעלאנע און אנאנאס. די הארן מעלאנע שטאמט פון אפריקע.

                                     

זופ

זופ איז א פליסיג עסנווארג וואס מען געווענליך עסט ווארעם מיט א לעפל. עס זענען דא פארשידענע סארט זופן: בארשט יויך עופות זופ מינעסטראנע אין איטאליע לינזן זופ גרינצייג זופ

                                     

לאקס

לאקס איז סאלמאן פיש, עס איז אינטערסאנט וויאזוי דער נאמען לאקס איז צושטאנד געקומען אלץ מקור צו די אידישע ווארט אויף סעלמאן, אין אידיש פלעגט מען רופן סעלמאן "לעקס". אסאך עסן גערייכערטן לאקס אויף א בייגל.

                                     

לעקוואר

לעקוואר איז וואס משמירט ארויף אויפן ברויט, פאר אפעטיט, אזויווי פוטער, און עס ווערט געמאכט פון זיסע פרוכטן. אויך איז פארהאנען מארמעלאדע אדער דזשעלי און איינגעמאכטס קאמפאוט, וואס ווערט געמאכט ענליך. דאס ווערט געמאכט דורכן ווערן פארגליווערט, און דערפון מאכט מען אויך ליקעריש און דזשעלאו.

                                     

מעספאן

מעספאן איז א פיר-עקיגער קוכן, געמישט פון צומאלענע מאנדלען מיט צוקער און אביסל קארדעמאן. מען לאזט עס ווייקן אביסל אין רויזן-וואסער, דערנאך שמירט מען עס אהן מיט איי-ווייסעכל און מען באקט עס אין אויוון פאר עטליכע מינוט. די יודן אין איראק פלעגן דאס עסן לכבוד פורים. דער זעלבער רעצעפט אויב מען מאכט עס רונדיג, האט געהייסן חאדזשי באדא.