ⓘ דארבישיר. דאַרבישיר איז א גראפנשאפט אין די מזרח מידלאנדס פון ענגלאנד, דארבישיר גרענעצט גרויס-מאנטשעסטער צו צפון־מערב, מערב יארקשיר צו צפון, דרום יארקשיר צו צפון ..

                                     

ⓘ דארבישיר

דאַרבישיר איז א גראפנשאפט אין די מזרח מידלאנדס פון ענגלאנד, דארבישיר גרענעצט גרויס-מאנטשעסטער צו צפון־מערב, מערב יארקשיר צו צפון, דרום יארקשיר צו צפון־מזרח, נאטינגהאמשיר צו מזרח, לעסטערשיר צו דרום־מזרח, און סטאפארדשיר און טשעשיר צו מערב. דארבישיר באדעקט א שטח פון 2.625 קוואדראט ק"מ. די גראפנשאפט שטאט איז מאטלאק. דארבישיר האט א באפעלקערונג פון 1.010.600.

דער שטח פון דעם צערעמאנישער גראפנשאפט פון דארבישיר נעמט איין די שטאט דארבי, אן אוניטארישע אויטאריטעט, און די נישט-שטאטישע גראפנשאפט, וואס אנטהאלט 30 שטעטלעך מיט א באפעלקערונג צווישן 10.000 און 100.000 איינוואוינער.