ⓘ ספר. אַ ספר איז געשריבענע בלעטער וואָס מען האָט פאַרבונדן צוזאַמען, וועגן אַ הייליקער טעמע פון תורה. אַ וועלטלעכע זאַמלונג פון בלעטער הייסט אַ בוך. פארצייטנס, פ ..

תולדות

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: רבי יעקב יוסף פון פולנאה, באקאנט אלס "דער תולדות" נאך זיין ספר תולדות יעקב יוסף פרשת תולדות, א סדרה אין ספר בראשית

אליעזר פאפו

רבי אליעזר פאפו האָט געדינט ווי רב פון דער ספרדישער קהילה פון סיליסטראַ בולגאריע און האָט פאר א צייט אויך אָנגעפירט דער ספרדישער קהילה אין דער הויפּטשטאָט וואלאכיע, בוקארעשט. ער האָט אויך מחבר געווען די ספרים "אלף המגן", "חסד לאלפים" און "בית תפילה".

תרומה

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: תרומת מעשר - וואס א לוי גיט א כהן פון מעשר ראשון פרשת תרומה - א סדרה אין ספר שמות תרומה גדולה - וואס מען שיידט פון דעם שניט פאר א כהן

משה לייב סאסאווער

רבי משה לייב איז געבוירן אין בראד אין יאר התק"ה, צו זיין פאטער הרב יעקב ערבליך, פון בראד, א זון פון הרב יוסף יוסקא ערבליך, רב אין פאדקאמין, פארפאסער מחבר פון ספר אהל יוסף. דער פאטער רבי יעקב איז געווען פון די באקאנטע תלמידי חכמים וואס זענען געזעצן און געהארעוועט אין תורה טאג און נאכט אין דער בראדער קלויז, און זיך נישט פארנומען מיט קיין שום ארבעט. זיין ווייב האט אביסל געהאנדלט, און דערפון אריינגעברענגט אויף ברויט און וואסער. אין יאר התק"ה נאך דעם וואס רבי משה לייב איז געבוירן, האט זיין ווייב מער נישט געקענט ארויסגיין האנדלען. רבי יעקב האט געזען אז ער מוז עפעס טוהן, האט ער זיך פארדינגן אלס מ ...

                                     

ⓘ ספר

אַ ספר איז געשריבענע בלעטער וואָס מען האָט פאַרבונדן צוזאַמען, וועגן אַ הייליקער טעמע פון תורה. אַ וועלטלעכע זאַמלונג פון בלעטער הייסט אַ בוך.

פארצייטנס, פאר ווען עס איז דערשינען געווארן א דרוקעריי, האט מען געשריבן אויף שטיינער, נאכער אויף מגילות. היינט קען מען ליינען ביכער מיט עלעקטרישע ביכער ווי צום ביישפיל די וויקיפעדיע ווערט פארעכנט אלס א דיגיטאלישער בוך.

היינט נאך וואס די טעכנאלאגיע איז זייער אנטוויקלט געווארן, איז די באדארפעניש פון ליינען ספרים אראפגעגיינגען, און מען שעפט וויסנשאפט און אנדערע פארוויילונג פון אנדערע מיטלען, ווי טעלעוויזיע, אינטערנעט, טעאטער אא"וו.

איינער וואס פארקויפט ספרים הייסט א מוכר ספרים

ביי די פרומע געמיינדע איז די נייע אויבעדערמאנטע טעכנאלאגישע מיטלונגען פארבאטן, און דערפאר די ספרים באנעמען נאך ביי זיי א חשובן פלאץ אין זייער לעבן.

ביי די אידן האט בכלל ספרים שטענדיג פארנומען א וויכטיג פלאץ, אין די ביכער ווערן אידן גערופן עם הספר דאס הייסט א פאלק וואס פארטיפט זיך אין ספרים, און שעפן זייער וויסנשאפט און אלעס וואס זיי האבן פון ספרים, אפילו אין די מיטל אלטער ווען די פעלקער זענען געווען אויסגעטוען פון יעדע סארט וויסנשאפט, איז אבער ביי אידן אייביג געבליבן דאס קוקן אין ביכער און אין ספרים.

                                     

1. וויאזוי צו דרוקן ספרים

דער גאון רבי עקיבא איגר שרייבט אין דער הקדמה פון זיינע ספרים אז ער באשווערט מיט א שבועה אלע וואס וועלן דרוקן זיינע חיבורים זאלן זיי עס דרוקן מיט שיינע גרויסע אותיות, ברייטע גליונות, און שיינע בלעטער כדי יעדער זאל זיך שפירן גוט ווען מען קוקט דערין אריין, עס זאל ברעגנען א ברייטקייט, מען זאל זיין באקוועם מיט זיינע ספרים.

אין ספר מדרש פנחס פון רבי פנחס קאריצער שטייט א ספר מיט קליינע אותיות א בחינה פון מוחין דקטנות, עס ווייזט אויף א קליינער מוח, א ספר מיט גרויסע אותיות מיט א שיינע אויסלייג איז א בחינה פון מוחין דגדלות, עס ווייזט אויף א ברייטער מוח.