ⓘ יעקב פנחס פערלמוט איז געווען א חזן און אן אפערע זינגער. ער איז געבוירן אין ניו יארקס לאוער איסט סייד אין יאר 1904 צו זיין פאטער לוי הכהן פערלמוט און זיין מוטער ..

                                     

ⓘ יעקב פנחס פערלמוט

יעקב פנחס פערלמוט איז געווען א חזן און אן אפערע זינגער.

ער איז געבוירן אין ניו יארקס לאוער איסט סייד אין יאר 1904 צו זיין פאטער לוי הכהן פערלמוט און זיין מוטער אנא, וואס האבן אימיגרירט פון האראדעץ אין דער ליטע.

אלס קינד האט ער געזונגען אלטא אין די כאר שכנותדיגע שולן, וואס דאס האט אים געברענגט די אינטרעסע אין יודישער מוזיק. ער האט אויך געשפילט א פידל.

ער איז געווען א באליבטער אפערע טענאר זינגער. און אויך האט ער רעקארדירט פילע חזנישע קאמפאזיציעס און יודישע לידער.

ער האט געהייראט אליס קאלמאנאוויץ.

ער איז געשטראבן אין יאר תשמ"ד 1984.

זיין שוועסטער שרה האט געהייראט דעם חזן און זינגער ראובן טיקער.

                                     
  • קוסעוויצקי, דוד ווערדיגער, ריכארד טוקער. דער באקאנטער אפערע טענאר יעקב פנחס פערלמוט באקאנט מיטן נאמען יא ן פירס האט רעקארדירט גאר שיינע חזנות שטיקלעך