ⓘ מישא אלעקסאנדראוויטש. מיכאל אַלעקסאַנדראוויטש איז געווען א חזן און זינגער. ער איז געווען חזן אין ריגע, מאנטשעסטער און קאוונע. ..

                                     

ⓘ מישא אלעקסאנדראוויטש

מיכאל אַלעקסאַנדראוויטש איז געווען א חזן און זינגער.

ער איז געווען חזן אין ריגע, מאנטשעסטער און קאוונע.

                                     

1. ביאגראפיע

ער איז געבוירן צו זיין פאטער דוד אין יאר 1914 אין בערגער לעטיש: Bērzpils, וויטעפסקער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע היינט לעטלאנד.

זיין ערשטער עפנטלעכער קאנצערט איז פארגעקומען אין ריגע.

ער האט אנגעהויבן לערנען מוזיק אין דער ריגער קאנסערוואטאריע. אין די יארן 1934-1936 האט ער פארגעזעצט זיין מוזיקאלישע בילדונג אין מילאן ביי פראפעסאר דין דזשילי.‏

ביי דער צווייטער וועלט קריג האט מען אים געברענגט צו זינגען פאר דער רויטער ארמיי. ער איז געווארן אן אנערקענטער אינטערנאציאנאלער זינגער.

אין די 1970ער יארן האט מען אים ערלויבט ארויסצופארן פון רוסלאנד.

ער איז געווען חזן אין ישראל, די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע. ווי אויך האט ער געהאלטן אסאך קאנצערטן איבער דער וועלט און רעקארדירט אסאך קאמפאזיציעס און לידער.

אין 2002 איז ער נפטר געווארן אין מינכן, דייטשלאנד.

                                     
  • מישא אלעקסאנדראוויטש דאס יידישע ליד איז א מוזיק אלבאם וועלכע אנטהאלט צעהן יודישע ליעדערער געזינגען דורכן חזן מישא אלעקסאנדעראוויטש. פראדוציהרט אין תל
  • לייבעלע וואלדמאן א בריוועלע דער מאמען פנחס בורנשטיין א גלעזעלע לחיים מישא אלעקסאנדראוויטש צעל טעקסט א געבעט יאסעלע תרס ט ואהבת לרעך כמוך מרדכי הערשמאן חשון