ⓘ World Wide Web. די World Wide Web איז א צוזאמענשטעל פון פארבונדענע היפערטעקסט דאקומענטן וואס מרופט וועב בלעטער, וואס אנטהאלטן אנדערע רעסורסן ווי בילדער און וויד ..

                                     

ⓘ World Wide Web

די World Wide Web איז א צוזאמענשטעל פון פארבונדענע היפערטעקסט דאקומענטן וואס מרופט "וועב בלעטער", וואס אנטהאלטן אנדערע רעסורסן ווי בילדער און ווידעאס. דער צוטריט צו דער וועב איז דורך דער אינטערנעץ.

אין א וועב בלאט זענען געוויסע ווערטער אדער פראזעס זענען פארבונדן מיט אנדערע בלעטער דורך היפערטעקסט. מען ליינט וועב בלעטער מיט א בלעטערער, וואס ווייזט דעם בלאט און די געלינקטע ווערטער אויפן עקראן.

די טאטאליטעט פון וועב בלעטער אויף איין סוביעקט אונטער איין פארוואלטערשאפט און אין איין אינטערנעץ געביט ווערט גערופן א וועבזייטל.

                                     

1. היסטאריע פונעם וועב

דער ערפינדער פון דעם World Wide Web איז געווען טים בערנערס-לי. ער האט פארגעשלאגן א פראיעקט פאר א וועב פון דאקומענטן וואס מען באקוקט מיט בלעטערערס דורך א קליענט-דינער ארכיטעקטור.

                                     

2. מערסטע גענוצטע נוצליכע װעבזײַטלעך

אכטונג: די רשימה איז לאוו דווקא אין סדר ווייל דאס טוישט זיך אבער עס איז בערך דורכשניטליך אזוי

  • יוטוב - פאר זען ווידעא קליפן.
  • האו סטאף ווארקס - פאר לערנען.
  • גוגל, יאהו - פאר ארבעט, זוכן.
  • וועב עמ.די. - פאר מעדעצין און געזונט.
  • בלאגער - פאר בלאגס
  • eBay - פאר קויפן.
  • קרעיגליסט - פאר לעבןס געברויכן.
  • עמעזאן - פאר ביכער.
  • וויקיפעדיע - פאר לערנען.
  • דראדזש רעפארט - פאר איין-מאן פערזענליכע נייעס לינקס.
  • פייסבוק, מיי-ספּעיס, טוויטער - פאר חברה.
  • CNN, בי.בי.סי., עי בי סי פאר נייעס.

גענומען פון אלעסקע א וועב סייט וואס מעסט וועלכע וועב סייטס האבן דאס מערסטע טראפיק