ⓘ געבורט קאנטראל. דער טערמין געבורט קאנטראל נעמט אריין אין זיך פיל טעכניקן און מעטאדען וויאזוי צו פארמיידען מענטשליכער פערטיליזאציע אדער אפשטעלן דאס שוואנגערן. גע ..

                                     

ⓘ געבורט קאנטראל

דער טערמין געבורט קאנטראל נעמט אריין אין זיך פיל טעכניקן און מעטאדען וויאזוי צו פארמיידען מענטשליכער פערטיליזאציע אדער אפשטעלן דאס שוואנגערן. געבורט קאנטראל טעכניקן און מעטאדן רעכענען אריין טראג פארהיטונג, קאנטרעגעסטאציע, אבארטאציע, סטערעלעזאציע, און צייט מעטאדן.

                                     

1.1. מעטאדען קאנטראצעפטציע

קאנטראצעפטציע ווערט דעפינירט אלס דער אפהאלט פון פערטילעזאציע עס רעכנט אריין צוריקהאלט מעטאדן, וועלכע מאכן אוממעגליך פאר די שפארם און איי פון זיך טרעפן ד.ה. קאנדאמס אדער דיאפראמען, און הארמאנישע קאנטראצעפטציע, וועלכע האלטן אפ אוולעציע ovulation פון פאסירן. די הארמאנען קענען ווערן גענומען דורך פארשידענע מיטלען: דורכן מויל אין פארם פון א פיל, אדער אריינגעשטעקט אין די וואגינע. די מערסט באנוצטע פארמען פון קאנטראצעפטיוו-פילן זענען די קאמבאנירטע קאנטראצעפטיוו פיל און די מיניפיל.

                                     

1.2. מעטאדען קאנטראגעסטאציע

קאנטראגעסטיוון זענען קעמיקאלן וועלכע האלטן צוריק די פערטעליזירטע איי פון זיך איינפלאנצן און די מוטערס טראכט. דאס רעכנט אריין IUD ראשי תיבות פון: Intrauterine device, יידש: א געצייג אינעם טראכט און אויך געוויסע פארמען פון הארמאנישע נויטפאל קאנטראצעפטציע ד.מ. קאנטראצעפטיוון וועלכע מען נעמט שוין נאכן האבן געשלעכטליכע באציאונגען, ווי די "מארגן דערנאך" פיל.

                                     

1.3. מעטאדען סטערעליזאציע

סטערעליזאציע איז סירוס. היינט צו טאגס ווערט סירוס דורכגעפירט אין א כירוגישען אופן. אין פרויען שניידט מען אפ די פעלאפיען טוב, און אין מענער - די וואסא דיפרענשיע, דאס איז די קאנאל וועלכע פירט די זרע פון די ביצים צום שמאק. סטערעלאזציע ווערט פאררעכנט פאר אומצוריקקערבאר, כאטש עס מעגליך צו פרובירן דאס צוריק צו שטעלן. די סוקסעס פון אזעלכע אפעראציעס זענען אנגעוואנדען אין אסאך תנאים, ווי יארגאנג, און אופן פון סטערילעזאציע.

                                     

1.4. מעטאדען צייט מעטאדען

צייט מעטאדען זענען מעטאדען אין וועלכע מען האלט חשבון פון די צייט ווען די פרוי האט איר אוויולעציע, נישט צו האבן געשלעכטליכע באציאונגען דאן.

                                     

2. געבורט קאטראל אין הלכה

פון א השקפה שטאנדפונקט איז געבורט קאנטראל קעגן די אידישע רעליגיע. אין תורה בראשית א, כח שטייט אז דער באשעפער האט באפוילן אדם און חוהן "פְּרוּ וּרְבוּ וּמִלְאוּ אֶת הָאָרֶץ" - פרוכבארט און פארמערט אייך און פולט אן די וועלט". אין חז"ל וורעט טאקע דער מצוה אנגערופן "מצות פריה ורביה". אבער אין געוויסע פעלער איז געבורט קאנטראל מותר על פי הלכה. די גרינגסטע על פי הלכה איז קאנטראצעפטציע, וועלכער איז גאר נישט מסרס און סך הכל קאפירט עס די שוואנגער הארמאנען. די אייציגסטע הלכה פראבלעם וועלכע איז דא ביי קאנטראצעפטציע איז די מצוה פון פריה ורביה האבן לכה"פ איין אינגעל מיט איין מיידל און די מצוה פון "ולערב אל תנח ידך" - דאס פארמערן קינדער וויפיל מען קען. די הארבסטע על פי הלכה איז סטערעלעזאציע, זיך צו מסרס זיין, וואס אויף דעם איז דא א לאו דאוריתא.