ⓘ דרייעק איז א פּאָליגאָן מיט 3 ריפּן וואס האט דריי עקן. טעארעטיש איז דער באטרעף פון דער גאנצער דרייעק 180 גראד. די לענגסטע זייט פון א דרייעק איז קעגן איבער דעם ג ..

                                     

ⓘ דרייעק

דרייעק איז א פּאָליגאָן מיט 3 ריפּן וואס האט דריי עקן.

טעארעטיש איז דער באטרעף פון דער גאנצער דרייעק 180 גראד.

די לענגסטע זייט פון א דרייעק איז קעגן איבער דעם גרעסטן ווינקל, און די קלענסטע זייט איז קעגן איבער דעם קלענסטן ווינקל.

                                     

1. גראד-ווינקל דרייעק

אין א גראד-ווינקל דרייעק קען מען דעפֿינירן די טריגאנאמעטרישע פונקציעס סינוס ענגליש: "Sine", דייטש/לאטיין: "Sinus", קאסינוס און טאנגענס ענגליש: "Tangent", דייטש/לאטיין: "Tangens" דער סינוס פון א ווינקל איז די טיילצאל צווישן די לענגן פון דער זייט קעגן איבער דעם געזאגטעם ווינקל און דער היפאטענוז. דער קאסינוס פון א ווינקל איז די טיילצאל צווישן די לענג פון דער שכיינישער זייט וואס איז צווישן דעם געזאגטעם ווינקל און דער 90 גראד ווינקל און דער היפאטענוז. דער טאנגענס פון א ווינקל איז די טיילצאל צווישן די לענג פון דער זייט קעגן איבער דעם ווינקל און דער שכיינישער זייט.

די אינווערס פונקציעס פון סינוס, קאסינוס און טאנגענס זענען ארקוססינוס ענגליש: "arcsine", דייטש: "Arkussinus", ארקוסקאסינוס ענגליש: "arccosine", דייטש: "Arkuskosinus" און ארקוסטאנגענס ענגליש: "arctangent", דייטש: "Arkustangens"