ⓘ רבקה טיקטינער. רבקה בת מאיר טִיקְטִינֶער איז געווען א בעלת דרשנית פאר יידישע ווייבער, און איז געווען די ערשטע פרוי אין דער יידישער היסטאריע צו פארפאסן א פולקאם ..

                                     

ⓘ רבקה טיקטינער

רבקה בת מאיר טִיקְטִינֶער איז געווען א בעלת דרשנית פאר יידישע ווייבער, און איז געווען די ערשטע פרוי אין דער יידישער היסטאריע צו פארפאסן א פולקאם ספר: "מֵינֶקֶת רבקה" – דאס ספר איז א מוסר ספר פאר יידישע ווייבער, אין זיבן קאפיטלעך. דאס ספר איז געשריבן געווארן נאך 1581, אבער איז נאר געדריקט געווארן הערשט נאך איר טויט. די ערשטע מהדורה איז געדרוקט געווארן אין פראג השס"ט 1609 און די צווייטע מהדורה אין קראקע השע"ח 1618. אזוי אויך האט זי פארפאסט א ליד פאר שמחת תורה פאר פרויען מיטן טיטל "שמחת תורה לִיד". אויף איר מציבה שטייט "היתה דורשת יום וליל לנשים בכל קריה נאמנה". זי האט ווארשיינליך נישט געהאט קיין קינדער.

                                     

1. מינקת רבקה

עס איז נישט באקאנט ווען זי האט דעם ספר געשריבן, אבער דאס איז זיכער אז עס איז נישט געשריבן געווארן בעפאר 1581 השמ"א ווייל דער אורחות צדיקים ווערט אין ספר דערמאנט, אין דער אורחות צדיקים איז נישט געדרוקט געווארן פאר 1581. די ספר פארמאגט זיבן פרקים:

  • די זיבעטע קאפיטל: א פרוי דארף אויפפאסען אויף איר הויז געזינד.
  • די זעקסטע קאפיטל: וויאזוי שוויגערס דארפן זיך אויפפירען מיט שנירן און איידעמער.
  • די צווייטע קאפיטל: וויאזוי דארף זיך פירן מיט איר מאן אז זיי זאלן לעבן צוזאמען בכבוד. "דיא מיט אננדר אין אירן וועלן אלטין"
  • די פיפטע קאפיטל: וויאזוי א פרוי דארף ווילן מחנך זיין אירע קינדער צו תורה און מעשים טובים.
  • די ערשטע קאפיטל: וויאזוי א פרוי דארף זיך אויפירן אין וויאזוי זי דארף איר קערפער באצירן אז זי זאל נישט איר נשמה פאר לירן "ווי זיא איר גוף זאל צירן. דיא איר נשמה ניט וויל פֿר לירן"
  • די דריטע קאפיטל: וויאזוי א פרוי ברויך זיך אויפצופירן מיט אירע עלטערן.
  • די פערדע קאפיטל: וויאזוי א פרוי ברויך זיך פירן מיט אירע שווער און שוויגער.

די ספר איז איבער געדרוקט געווארן אין תשנ"ב. "מנקת רבקה / הרבנית הדרשנית מרת רבקה בת הגאון מהר"ר מאיר טיקטינר",‫ ירושלים: המכון להנצחת יהודי גליציה, תשנ"ב.