ⓘ קאמעדיע ..

קאמעדיע

קאמעדיע איז א געשעעניש אדער א שפיל וואס איז אויסגעשטעלט צו ערוועקן הומאר ביי די וואס האלטן דאס מיט. וואס ווערט אויסגעשפילט דורך טאלאנטירטע קאמיקער, וואס האבן דעם חוש מאכן לאכן ווער סקוקט צו זייערע לאכעדיגע ווארע. קאמעדיע ווערט אויסגעשפילט אסאך אין די פראגראם פון פארוויילונג אין טעאטער, צו אין בינע שפילן, אין מאוויס, אין קורצע ווידעא קליפס א.ד.ג. דאס רוב פונעם היינטיגן וועלטס מענטשן האבן ליב לאכן, אן קיין באזונדערע סיבה, און פאר קיין שום סיבה, ספעציעל אינעם שוואך נערווירטן גענעראציע פונעם היינטיגן דור, איז דאס לאכן א מונטערע צוועק, וואס אלע כאפן זיך ארויף דערויף.

דער גרויסער דיקטאטאר

דער גרויסער דיקטאטאר איז אן אמעריקאנישער פאליטישע סאטירע קאמעדיע-דראמא פילם פון 1940 וואס איז געשריבן, רעזשיסירט, פראדוצירט און קאמפאזירט געווארן דורך דער בריטישער קאמיקער טשארלי טשאפלין, וואס האט אויך געשפילט אינעם פילם. ווייל טשאפלין איז געווען דער איינציקער האליוואד פילם מאכער וואס האט נאך פראדוצירט רואיקע פילמען שוין לאנג נאך די עפאכע פון קלאנג פילמען איז דאס געווען זיין ערשטער אמתער קלאנג פילם. טשאפלינס פילם האט געהייכט א שטארקע פארדאמונג קעגן אדאלף היטלער, בעניטא מוסאליני, פאשיזם, אנטיסעמיטיזם און די נאציס. ווען דער פילם איז ערשט באפרייט געווארן איז עס נאך געווען דא שלום צווישן די פא ...

דזשונא

דזשונא מעקגאף איז א מיידל אין די צענערלינג יאהרן וועלכע איז בטעות געווארן פארשוואנגערט. זי באשלוסט נישט צו מאכן אן אבארטאציע נאר געבן צו אדאפטירן פאר די ריכטיגע פאמיליע. זי ווערט נאענט מיט די פאמיליע און ספעציעל מיטן מאן. אבער ווען ער זאגט איהר אז ער איז למעשה נישט גרייט צו זיין א פאטער און וויל איבערלאזן זיין ווייב ווערט זי אויס מענטש, אבער באשלוסט דאך צו געבן דאס קינד פאר זיין פרוי ווענעסע. שפעהטער זעהט זי איין אז זי האט יא ליב איהר פריינד מיט וועמען זי האט געהאט דאס קינד, און גייט צוריק צו איהם.

די מאנומענטס מענטשן

די מענטשן פון די מאנומענטן איז א 2014 אמעריקאנע-דייטשע קאמעדיע-דראמא קריגס פילם באזירט אויף א ווירקליכע געשיכטע באשריבן אין א בוך מיטן זעלבן נאמען.

דער אינטערוויו

דער אינטערוויו איז א 2014 פאליטישער קאמעדיע פילם דירעקטירט דורך סעט ראוגען און איוואן גאלדבערג. דער פילם איז געווען אין די נייעס ווען די קאמוניסטישע קארעא האט געהעקט די סאוני פירמע און ארויסגעלאזט סענסיטיווע פילמען און דאקומענטן און געסטראשעט ארויסצוגעהבן נאך אויב מוועט שפילן דעם פילם. די פירמע האט זיך אנהייב געבראכן און אפגערופן אלע סקרינינגס. נאר שפעהטער האבן זיי געמאלדן אז עס וועט מעגליך יא לויפן אין א באגרעניצטן ארויסלאז.

היסטאריע פון דער וועלט, ערשטער טייל

היסטאריע פון דער וועלט, ערשטער טייל איז א 1981 קאמישער פילם רעזשיסירט און פראדוצירט דורך מעל ברוקס וועלכער שפילט אויך פינעף פארשידענע ראלעס אינעם פילם. מעל דערמאנט עטליכע מאל אינעם פילם ווערטער און זאצן אין די יודישע שפראך. כאטש ער הייסט ערשטער טייל האט ער נישט געפלאנט קיין צווייטן טייל, עס איז בלויז א ווערטער שפיל פון אן אנדערן ערנסטן פילם.

                                     

אכט קרעזי נעכט

אכט קרעזי נעכט איז אן אנימירטער קאמישער חנוכה מוזיקפילם פאר דערוואקסענער פון 2002 וואס איז רעזשיסירט און געשריבן געווארן דורך אדאם סענדלער, וואס אויך שפילט אינעם פילם. דער קעפל איז גענומען פון סענדלערס פאפולערע חנוכה ליד: אנשטאט איין נאכט פון געשאַנקען, האבן מיר "אכט ווילדע נעכט".

                                     

וואו בינעך?

די פורים קאסעטע וואו בינעך?, פארפאסט דורך דעם חסידישן קאמיקער וואס רופט זיך מנשה לוסטיג, איז ערשינען לכבוד פורים, יאר תשע"ה. דאס אינהאלט איז לויטן סטיל פון פורימדיגע שטייגער, אזויווי אנדערע קאמיקער האבען געמאכט אין די פארגאנגענהייט, ווי א שטייגער חיים באנעט,יואלי לעבאוויטש.

                                     

לאמיר זיין קאפס

צוויי פריינט וועלכע פארשטעלן זיך ווי לאס אנדזשעלעס פאליציי כדי צו באקומען רעספעקט, ווערן אריינגעשלעפט אין עכטע פראבלעמען ווען א גענגסטער, וועלכע האט קאנטאקט אין די פאליציי, נעמט זיך איבער זייערע ביינער. עס געלונגט זיי צו באזיגן די אונטערוועלטניקעס, און ביים סוף ווערט איינער פון זיי א לעגיטימער פאליציאנט.

                                     

סעקס טייפ (פילם)

א מאן און ווייב רעקארדירן ווי זיי האבן סעקס, כדי צו אויפלעהבן זייער חשק, לויט א בוך פון אלע פאזיציעס. אבער למעשה אנשטאט אויסמעקן ווערט עס געשיקט צו אלע זייערע קאנטאקטס. זיי גייען ארויס אויף א רייזע אינמיטן די נאכט, אויסצומעקן ווי סאיז אלס אנגעקומען.

                                     

ראטעווען סילווערמאן

דערען סילווערמאן פארליבט זיך אין א סייקאלאדזשיסט וואס קאנטראלט איהם. זיינע פריינד ווילן איהם ראטעווען דערפון, דערפאר טוהן זיי איהר פארכאפן און פרובירן איהם צוריק פארליבן אין די מיידל וואס איז געווען זיין יוגנט טרוים.