ⓘ ארימקייט איז א מצב ווען א מענטש אדער א גרופע פון מענטשן וואס זענען אן עקאנאמישע איינהייט האבן נישט די מיטל זיך אויסצוהאלטן מיט גרונטלעכע באדערפענישן, ווי עסן או ..

                                     

ⓘ ארימקייט

ארימקייט איז א מצב ווען א מענטש אדער א גרופע פון מענטשן וואס זענען אן עקאנאמישע איינהייט האבן נישט די מיטל זיך אויסצוהאלטן מיט גרונטלעכע באדערפענישן, ווי עסן און ריין וואסער.

אויך ווען א מענטש האלט זיך אין א נידעריגן לעבנסניווא ווי אנדערע אין זייערע סביבה, איז דאס א "פארהעלטנמעסיקע ארימקייט".

אין רוב לענדער טוט מען אויסרעכענען סטאטיסטיק וועגן דעם ניווא פון ארימקייט אין דעם לאנד.

דער וועלט באנק האלט אז איינער וואס האט נישט $1.25 א טאג לעבט אין עקסטרעמער ארימקייט.