ⓘ מאדזשיץ, הויף. דאס שטעטל מאדזשיץ אין קאנגרעס פוילן איז באקאנט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן איז געגרינדעט געווארן דער מאדזשיצער הויף. היינט איז דער הויף הוי ..

                                     

ⓘ מאדזשיץ (הויף)

דאס שטעטל מאדזשיץ אין קאנגרעס פוילן איז באקאנט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן איז געגרינדעט געווארן דער מאדזשיצער הויף. היינט איז דער הויף הויפטקווארטירט אין בני ברק. דאס חסידות איז שטארק באוואוסט פארן דגש וואס זיי לייגן אויף נגינה.

                                     

1. געשיכטע

דער גרינדער פונעם מאדזשיצער חסידות איז געווען רבי ישראל טויב, א זון פון רבי שמואל אליהו זוואלינער, א זון פון רבי יחזקאל טויב פון קאזמיר. אין תרמ"ט, א יאר נאך דער פטירה פון זיין פאטער, דער רבי פון זוואלין, האט מען אויפגענומען רבי ישראל רב און אב"ד אין מאדזשיץ. שטארק באוואוסט איז דער לאנגער ניגון "אזכרה" וואס רבי ישראל האט קאמפאזירט נאך זיין אפעראציע אין בערלין ווען ער האט געליטן פון צוקער. נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די רביסטעווע זיין זון רבי שאול ידידיה אלעזר טאב. ער האט זיך באזעצט אין אטוואצק וואו ער האט געפירט דעם הויף ביז דער וועלט מלחמה. נאך א שטיק צייט אין יאפאן איז דער רבי אנגעקומען אין ניו יארק. בסוף ימיו האט ער געוואוינט אין תל אביב. ער האט קאמפאזירט מער ווי א טויזנט ניגונים. זיין זון, רבי שמואל אליהו האט איבערגענומען די רביסטעווע אין תל אביב, ביז זיין פטירה אין תשמ"ד. זיין נאכפאלגער איז געווען זיין איינציקער זון, רבי ישראל דן טויב. אין זיינע יארן איז דער הויף אריבער קיין בני ברק. דער היינטיקער רבי איז זיין עלטערער זון רבי חיים שאול טויב.

                                     

2. די מאדזשיצער דינאסטיע

  • רבי שמואל אליהו טויב. התרס"ה - ד אייר התשמ"ד, מאדזשיצער רבי אין תל אביב, דער "אמרי אש".
  • רבי חיים שאול טויב געב י"ג אדר התשי"א, מאדזשיצער רבי.
  • רבי פינחס משה טויב, קאזמירער רבי.
  • רבי ישראל טויב התר"ט - י"ג כסלו התרפ"א, רב אין מאדזשיץ, דער דברי ישראל.
  • רבי ישראל דן טויב י"ט טבת התרפ"ח - כ סיון התשס"ו, מאדזשיצער רבי אין תל אביב און בני ברק, דער "נחלת דן".
  • רבי שמואל אליהו טויב נפ כ"ו אייר התרמ"ח, אדמו"ר אין זוואלין, א געוואלדיגער בעל מנגן.
  • רבי יחזקאל טויב נפ י"ז שבט התרט"ז, אדמו"ר אין קאזמיר. זיינע תורות זענען געדרוקט אין "נחמד לזהב".
  • רבי שאול ידידיה אלעזר טויב כ"א תשרי התרמ"ז - ט"ז כסלו התש"ח פון מאדזשיץ און אטוואצק, דער "אמרי שאול".
  • רבי ישראל דוד טויב געב התש"ד, זון פון רבי יהושע יחזקאל טויב, זון פונעם "אמרי שאול", מאדזשיצער רבי אין פלעטבוש.
                                     

3. מאדזשיצער ניגונים

דורכאויס מער ווי הונדערט יאר האבן די מאדזשיצער רבי׳ס קאמפאזירט עטלעכע 4000 ניגונים.‏ א סך ניגונים פון זיי זענען גאר פארשפרייט אין פארשידענע געמיינדעס, אפטמאל אן צו וויסן אז דער ניגון שטאמט פון מאדזשיץ. דער באוואוסטער בעל מנגן פונעם חסידות איז געווען בן ציון שענקער וואס האט פארעפנטלעכט צענדליקע פלאטעס מיט מאדזשיצער ניגונים. אין די לעצטיקע יארן האט מען אויפגעשטעלט דעם אנשטאלט פאר רעקארדירן און היטן מאדזשיצער ניגונים אונטער דער פירערשאפט פון אדוואקאט דוד זעירא.

                                     

4. וועבלינקען

  • מאדזשיצער ניגונים וועבזייטל
  • וועבזייטעל פונעם אנשטאלט פאר רעקארדירן און שפייכלערן מאדזשיצער ניגונים
  • קובץ תפארת ישראל - ח 1948, אין אוצר החכמה וועבזײַטל
  • קובץ תפארת ישראל - ה תשרי תש"ה, ביי HebrewBooks
  • קובץ תפארת ישראל - ז תשרי תש"ז, אין אוצר החכמה וועבזײַטל
  • קובץ תפארת ישראל - ד תשרי תש"ד, אין אוצר החכמה וועבזײַטל
  • קובץ תפארת ישראל - ט אדר תשי"ב, אין אוצר החכמה וועבזײַטל