ⓘ ישראל אליעזר אדלער. הרב ישראל אליעזר איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי נפתלי חיים אדלער, דזשיקאווער רבי אין נתניה, א זון פון רבי מרדכי יהודה אדלער פון ירושל ..

                                     

ⓘ ישראל אליעזר אדלער

הרב ישראל אליעזר איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי נפתלי חיים אדלער, דזשיקאווער רבי אין נתניה, א זון פון רבי מרדכי יהודה אדלער פון ירושלים, אן איידעם פון רבי אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת, א זון פון רבי נפתלי חיים הורוויץ פון ירושלים, א זון פון רבי מאיר הורוויץ, דער "אמרי נועם" פון דזשיקאוו, און צו זיין מוטער מרת הינדא, די טאכטער פונעם וויזשניצער רבין רבי חיים מאיר האגער, א זון פון דעם "אהבת ישראל" פון וויזשניץ רבי ישראל האגער, דער איידעם פונעם "אמרי נועם" פון דזשיקאוו.

                                     

1. ביאגראפיע

אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה בית אברהם, וואו רבי שמואל בערעזאווסקי היינט זיין שוואגער און סלאנימער רבי איז געווען א מגיד שיעור. ער האט געהייראט מרת ריקל גיטל ערנסטער, א טאכטער פון זיין פעטער רבי משה ערנסטער, אן איידעם פונעם וויזשניצער רבין רבי חיים מאיר.

ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם וויזשניצער קווארטאל אין רחובות, האט זיין פעטער, דער "ישועות משה" פון וויזשניץ אים באשטימט רב דארטן. ער איז געווארן איינער פון די מנהיגים אין וויזשניץ וואס אסאך חסידים טון זוכן עצות ביי אים. ער ציט אן עולם צו זיינע באטעס, און א היפשע צאל וויזשניצער חסידים פארן מיט אים ווי אמאל קיין מירון אויף א שבת התאחדות.

אייר תשע"ב, נישט לאנג נאך דער פטירה פונעם ישועות משה, האט דער וויזשניצער רבי, רבי ישראל האגער מכתיר געווען אים "דזשיקאווער רבי"; א טייל פון זיינע וויזשניצער חסידים האבן אים מקבל געווען ווי זייער רבי.‏

                                     

2. משפחה

די קינדער פון רבי ישראל אליעזר און זיין ווייב מרת ריקל גיטל זענען:

  • מרת חוה, די ווייב פון רבי יוחנן שוחט, זון פונעם קארלינער רבין.
  • מרת צירל, די ווייב פון רבי דוד משה ראזנבוים, זון פון רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים פון קרעטשענעוו.
  • הרב לוי יצחק איידעם פון ר אלימלך בידערמאן
  • מרת מרגלית, די ווייב פון רבי מרדכי שלמה ברייער, זון פונעם באיאנער רבין.
  • מרת אסתר, די ווייב פון רבי יעקב לייפער, זון פון רבי מרדכי פון פיטסבורג.
  • מרת רחל, די ווייב פון רבי ישראל לעמבערגער, זון פונעם מאקאווער רב.
  • מרת שרה פראדל, די ווייב פון רבי מרדכי שלמה שטערן, אייניקל פון רבי ישראל אברהם פון סקולען.
  • מרת יוכבד, די ווייב פון הרב ישראל מיכאל בידערמאן, זון פונעם לעלאווער רבין אין בני ברק.
  • מרת רבקה, ווייב פון רבי יחיאל דאנציגער, זון פון רבי אליעזר, דער עלטסטער זון פון רבי ישראל צבי יאיר פון אלעקסאנדער.
  • הרב מנחם מענדיל, האט געהייראט מרת חיה חנה, טאכטער פון זיין שוועסטער קינד הרב ברוך שטערנבוך‏, רב פון די וויזשניצער חסידים אין בראכפעלד
                                     

3. וועבלינקען

  • בתמיכת הגר"ש וואזנר והאדמו"ר מויזניץ: הוכתר האדמו"ר מדזיקוב, ביי בחדרי חרדים.
  • היסטוריה בעולם החסידות: הגרי"א אדלר הוכתר לאדמו"ר מדזיקוב גלריה אויף העברעיש ביי אידישע טעגליכע נייעס.
  • רבי ישראל אליעזר אדלר הוכתר לאדמו"ר מדזיקוב אויף העברעיש, ביי כיכר השבת.