ⓘ דעוון איז א גרויסע גראפנשאפט אין דרום־מערב ענגלאנד, וואס גרענעצט קארנוואל צו מערב, און דארסעט און סאמערסעט צו מזרח. דעוון האט א בארטן אויפן ענגלישן קאנאל צו דרו ..

                                     

ⓘ דעוון

דעוון איז א גרויסע גראפנשאפט אין דרום־מערב ענגלאנד, וואס גרענעצט קארנוואל צו מערב, און דארסעט און סאמערסעט צו מזרח. דעוון האט א בארטן אויפן ענגלישן קאנאל צו דרום, און א בארטן אויפן בריסטאל קאנאל און קעלטישן ים צו צפון. די צערעמאניע־גראפנשאפט באדעקט א שטח פון 6.707 קוואדראט ק"מ. די גראפנטשאפט שטאט איז עקסעטער.

די בוכטעס אויף די צפון און דרום בארטנס אנטהאלטן ים־רעזארטן, פֿישעריי־שטעטלעך און פארטן. אוועק פֿונעם איז עס בערגיק. די גראַפֿנשאַפֿט האט א נידריגערע באפֿעלקערונג ענגקייט ווי אנדערע טיילן פֿון ענגלאַנד. דארטמור איז דער גרעסטער אפֿענער ארט אין ענגלאנד מיט א שטח פון 954 ק״מ 2.