ⓘ בנציון פרישוואסער. ר בנציון פֿרישוואַסער איז א חרדישער חסידישער ייד אין בריטאניע, א פילמיליאנער וואס אינוועסטירט אין אומבאוועגלעכע גיטער. ער איז א דירעקטאר אין ..

                                     

ⓘ בנציון פרישוואסער

ר בנציון פֿרישוואַסער איז א חרדישער חסידישער ייד אין בריטאניע, א פילמיליאנער וואס אינוועסטירט אין אומבאוועגלעכע גיטער.

ער איז א דירעקטאר אין 279 געזעלשאפטן, אבער בעיקר איז דער פארזיצער פון דיידזשאן האלדינגס, א געזעלשאפט וואס ווערט געהאנדלט אין דער לאנדאנער בערזע, אין וואס די פרישוואסער משפחה האלט 79%.

                                     

1. אפשטאם

ר בנציון איז געבוירן אין תש"ח צו זיין פאטער יהושע פרישוואסער און זיין מוטער נחמה גאלדא האלבערשטאם, א טאכטער פון הרב בן-ציון האלבערשטאם פון באבאוו. ר יהושע האט אויפגעבויט דיידזשאן האלדינגס, און היינט ווערט די פירמע געפירט דורך ר בנציון און זיין ברודער הרב שלמה פרישוואסער, רב פונעם סאסעווער בית המדרש און מגיד שיעור אין דער חיי עולם, לאנדאן ישיבה.