ⓘ מוזיק ..

DSCH

DSCH איז א מאטיף באנוצט דורך דעם רוסישן קאמפאזיטאר דמיטרי שאסטאקאוויטש אום זיך זעלב צו רעפרעזענטירען, גלייך אזוי ווי באך האט געניצט דעם BACH מאטיף. עס אנטהאלט די נאטען רע-מי בעמאל-דא-סי, אדער D-Es-C-H וואס פאר דעם קאמפאזיטארס נאמען שטעהען. די מאטיף באפינדעט זיך אין פיהל פון זיינע ווערקן: די 10טע סימפֿאניע אין מי מינאר, דער 8טער שטרייין קווארטעט אין דו מינאר, דער 1טער פידלקאנצערט אין לא מינאר, דער ט1ער טשעלאקאנצערט אין מי בעמאל מאזשאר, די 15ע סימפאניע אין לא מאזשאר און די 2טע פיאנעסאנאטא אין סי מינאר אפוס 60.

א יודיש דילייט

א יודיש דילייט איז א מוזיק אלבאם פון צוועלף קאמישע לידער אויף די יודישע שפראך געזונגען דורך פאול זים מיט די ניו יארק סיטי קלעזמער דזשואיש דזשעז באנד, ארויסגעגעבן דורך שמחה אום אוגוסט 1996.

אלבאם

אן אַלבאָם מיינט געוויינלעך א מוזיק אלבאם, וואס איז א זאמלונג פון שטיקלעך מוזיק, אפטמאל געזאנגען. ווען די ערשטע פלאטעס זענען ארויסגעקומען, זענען נישט געווען גענוג גרויס פאר א לאנגן שטיק מוזיק. דערפאר האט מען געדארפט רעקארדירן עטלעכע פלאטעס פאר א גאנצער פיעסע. ד"ה די מוזיק איז געווען רעקארדירט אויף אן אלבאם פון פלאטעס. היינט ניצט מען דאס ווארט אלבאם אויך פאר איין פלאטע אדער סידי וואס אנטהאלט עטלעכע טראקן מוזיק וואס האבן א שייכות צוזאמען.

אפערע

אפערע איז א פארעם פון טעאטער וואו מען גיט איבער דעם דראמאטישן אינהאלט דורך געזאנג און מוזיק. די ערשטע אפערע האט געשיינט אין איטאליע אין סוף פונעם 16טן יארהונדערט. די מוזיק ווערט געשפילט דורך אן ארקעסטער וואס געפינט זיך פארנט פון דער טריבונע, אבער נידעריגער כדי די אוידיטאריע זאל קענען זען די שוישפילער. געווינלעך ווערט אפערע געשפילט אין אן אפערע־הויז.

אתה קדוש

אתה קדוש איז א מוזיק אלבאם פון חסידישע ניגונים. די ניגונים זענען קאמפאזירט דורך אברהם מאיר פרידמאן. די זינגער זענען: קאפי עלנבויגן, משה יודא גאלדבערגער, שלמה דאסקאל, מענדי שטראהלי, שלמה גערטנער און דאס יונגל יהוסף כהן.

                                     

ITunes

​ iTunes ארויסגערעדט אײַטונס איז א מעדיאַ־שפילער קאמפיוטער פראגראם, געשאפן דורך עפל. דער שפילער באדינט צו סארטירן און פארשפילן מוזיק־טעקעס, און צו זיי אריבערפירן צו פארשיידענע דיגיטאלע־מעדיאן פון די פירמעס iPod, iPhone אונד Apple TV. אויך קען מען מיט דעם שפילער אראפלאדירן מוזיק־טעקעס פון דער אינטערנעט פאר געלט, אויף א לעגאלן אויפן. אויך דער שפילער בינדט־צוזאמען אויטאמאטיש צווישן די טעקעס פונעם שפילער און די טעקעס פון דעם קאמפיוטער.

                                     

הניגון שבלב

די אלבומען -וואס באשטייען פון רואיגע שטייטע ניגונים אן מוזיק- איז ארויסגעגעבן געווארן דורך אליעזר ראזענפעלד מיט די בענד פון שיר המעלות. עס איז אויסגעארבעט געווארן דורך עמי היקרי און דיסטריבוטעט דורך נועם הפקות.

                                     

שירים ביידיש חיים אדלר

ערשטע זייט שפילדזשע מיר א לידעלע אין יידיש שפילן פידעלאך ראזינקעס מיט מאנדלען דודעלע אויפן פּריפּעטשיק צווייטע זייט: אז דער מלמד רבי אלימלך א גלעזעלע לחיים האב איך מיר א מאנטל שירו להשם שיר חדש זאל שוין קומען די גאולה