ⓘ באדן-ווירטמבורג אין דרום־מערב דייטשלאנד, מערב פונעם ריין, איז איינע פון די 16 לענדער אין דייטשלאנד. באדן-ווירטמבורג איז דאס דריטע גרעסטע לאנד אין דייטשלאנד, סיי ..

                                     

ⓘ באדן-ווירטמבורג

באדן-ווירטמבורג אין דרום־מערב דייטשלאנד, מערב פונעם ריין, איז איינע פון די 16 לענדער אין דייטשלאנד. באדן-ווירטמבורג איז דאס דריטע גרעסטע לאנד אין דייטשלאנד, סיי לויט שטח, מיט 35.752 קוואדראט ק"מ, סיי לויט זיין באפעלקערונג, מיט 10.7 מיליאן איינוואוינער.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז שטוטגארט.

באדן-ווירטמבורג גרענעצט זייגערווייז פון צפון־מערב די דייטשע לענדער ריינלאנד-פאלץ, העסע און בייערן, און די מדינות שווייץ און פראנקרייך.

דער ריין איז דער מערב גרענעץ און אויך א טייל פונעם דרום גרענעץ. דער דוניי קומט ארויס אין באדן-ווירטמבורג.