ⓘ טראנספארט שטומף ..

Thalys

Thalys איז א דינסט פון אינטערנאציאנאלע גיכבאנען וואס פארבינדט די שטעט פאריז, אמסטערדאם, אסטענד, קעלן און עסן. די דינסט ווערט אפערירט דורך דער Thalys International פירמע, און טיילט אן אייזנבאן־ליניע מיט אייראסטאר און מיט דער פראנצויזישער באן־דינסט TGV. אין 2012 זענען געפארן 6.6 מיליאן פאסאזשירן אין די באנען פון Thalys.

אייזנבאן וואגאן

אן אייזנבאַן וואַגאָן איז אַ סארט אייזנבאַן געצייג וואס ווערט געבויט צו פֿירן פּאַסאַזשירן אדער פֿראַכט פֿון איין פּלאַץ צום צווייטן. געוויינטלעך ווערן די וואַגאָנען פֿאַרבונדן, וואס מאַכט אַ באַן. זיי קענען ווערן באַוועגט דורך אַ לאָקאָמאָטיוו אָדער מיט אַ זעלבשטענדיקער מאָטאָר.

אייזנבאן ליניע

אן אייזנבאן ליניע איז א שטעל פון צוויי רייען פון לאנגע שטאָלענע שטראלן וואס הייסן שינעס. באנען פארן אויף זיי צו פירן פאסאזשירן און לאסט פון איין פלאץ צום צווייטן. אפט זענען דא מער ווי איין שטעל שינעס אויף א ליניע. צום ביישפיל, באנען פארן מזרח אויף איין ליניע, און מערב אויף דער צווייטער.

אייזנבאן פעראן

אן אייזנבאן פעראן אדער נאר פעראן איז א שטעג אפטיילונג, נאענט צו אייזנבאן ליניעס ביי א באן סטאנציע, מעטרא סטאנציע אדער טראמוויי סטאפ, ביי וועלכע פאסאזשירן גייען ארויף און שטייגן אראפ פון באנען אדער טראמס. כמעט אלע באן סטאנציעס האבן איין אדער צוויי פעראנען, און גרעסערע סטאנציעס האבן עטלעכע פעראנען. געוויינלעך איז דער פעראן גענוג הויך צו זיין אויף דעם זעלבן ניווא ווי די באן, וואס קען זיין א סך העכער פון דער ערד.

אייזקרעם אויטא

אַן אייזקרעם אויטאָ איז אַן אויטאָמאָביל באַנוצט אין פֿאַרקויפֿן אייזקרעם. אייזקרעם אויטאָס זענען אפֿט געלאַגערט ביי עפֿענטלעכע געשעענישן אדער נאענט צו פארקן און פלאזשעס. אייזקרעם אויטאָס פֿאָרן אפֿט נאָענט צו פּלאַצן וואו קינדער שפּילן, אזוי ווי שולעס און אין געגנטן. זיי געוויינטלעך האַלטן איידער זיי פֿאָרן צום נאכסטן גאס. געוויינטלעך ווערן אייזקרעם אויטאָס דעקאָרירט מיט העלע קאָלירן און טראַגן בילדער פֿון אייזקרעם און קאַרטון כאַראַקטערן.

אמטראק

אַמטראַק איז דער געשעפטס נאמען פון דער נאציאנאלער פאסאזשירן באן געזעלשאפט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. די געזעלשאפט געהערט דעם שטאַט און דינט פאסאזשירן פאר אינטער-סיטי רייזן. די באן פארט אין די מייסטע גרעסערע שטעט אין די פאראיינקטע שטאטן.

                                     

דזשאמו-באראמולע אייזנבאן

די דזשאַמו-באַראַמולע אייזנבאן איז אן אייזנבאן ליניע וואס מהאלט אינמיטן בויען אין אינדיע צו פארבינדן דעם שטאַט דזשאמו און קאשמיר מיטן איבריגן טייל פון לאנד. די אייזנבאן הייבט זיך אן פון דזשאמו און וועט, ווען זי ווערט געענדיקט, ציען 345 ק"מ ביז דער שטאט באראמולע ביים צפון־מערבדיקן עק פונעם קאשמיר טאל.

                                     

לופטרייזע-בילעט

א לופטרייזע-בילעט איז א דאקומענט ארויסגעגעבן פון א לופטליניע אדער רייזע-ביורא וואס בשטימט אז עס קומט עמיצן א זיצפלאץ אויף אן עראפלאן. דער בילעט קען זיין אדער א פאפירענער אדער עלעקטראניש.

                                     

מאנארייל

א מאָנאָרייל איז א סארט אייזנבאן סיסטעם אין וועלכע די ליניע ווערט געבויט פון איין שינע אדער געלענדער. דער טערמין ווערט אויך באנוצט צו באשרייבן דאָס געלענדער פונעם סיסטעם, אדער די באנען וואס פֿאָרן אויף אזא געלענדער אדער שינע. דער טערמין שטאמט פון די ווערטער "mono" און "rail". דער טערמין "מאָנאָרייל" ווערט אפט באנוצט צו באשרייבן יעדן סארט הויכע ליניע אדער מענטשן באוועגער. מער פינקטלעך באדייט עס דער סארט ליניע און נישט דער הייך, ווייל "מאָנאָ-" באדייט "איין".