ⓘ אברהם דוד הורוויץ. רבי אברהם דוד איז געבוירן געווארן אין באלעכאוו, א קליין שטעטל אין גאליציע היינט צו טאגס אין פוילן, צו זיין פאטער ר זלמן לייב שלמה יהודה וועלכ ..

                                     

ⓘ אברהם דוד הורוויץ

רבי אברהם דוד איז געבוירן געווארן אין באלעכאוו, א קליין שטעטל אין גאליציע היינט צו טאגס אין פוילן, צו זיין פאטער ר זלמן לייב שלמה יהודה וועלכער פלעגט דינען אלס א דיין אין פשעווארסק און עטליכע יארן שפעטער זיין אויפגאבע איז געווען אב בית דין פון באלעכאוו; זיין זיידע פון זיין פאטערס זייט איז געווען א תלמיד פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשויב. זיין מוטער, מרת ראשא, איז געווען א טאכטער פון רבי פינחס חיים הלוי הורוויץ,‏ ראש בית דין אין קאסאוו, מחבר פון "פתחא זוטא" און א וויזשניצער חסיד. ווען ער איז געווארן דריי יאר אלט איז זיין מאמע נפטר געווארן, און געציילטע יארן שפעטער איז אויך זיין טאטע אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין זיידע וואס האט איהם אויפגעצויגן אזוי ווי אן אייגן קינד.

צוזאמען מיט זיין זיידע, האבן זיי זיך אריבערגעצויגן אין גרויסווארדיין, וואו ער איז דערנעטערט געווארן צו רבי ישראל האגער, דער אהבת ישראל פון וויזשניץ, און שפעטער געווארן איינער פון זיינע פראמינענטע תלמידים. דערנאך ער האט געדינט אלס וויזשניצער ראש ישיבה פאר א שטיקל צייט. בזיווג ראשון האט ער געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון רבי אליעזר ליפא זילבערמאן, א רב אין ראצפערט. אומגעפער א יאר נאך זיין חתונה האט ער זיך צוריקגעקערט אין גרויסווארדיין און נתמנה געווארן צו דינען אלס א דיין דורך דעם ארטיגן רב פון שטאט רבי פנחס סג"ל צימעטבוים.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, איז ער געשיקט געווארן אין ארבייטס לאגערן, וואו ער האט געליטן פון פארשידענע מחלות, שטארקע און שרעקליכע ייסורים און מיטגעמאכט זייער א סאך אין יענער צייט. ליידער זיין ווייב און זיינע פינף קינדער האבן נישט איבערגעלעבט דער מלחמה און דערמארדעט געווארן דורך די נאציס. טראצדעם וואס ער האט זיך געליטן זייער א סאך און האט פארלוירן זיין משפחה, האט ער זיך געראטעוועט, און ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך ענדליך געענדיגט איז ער געווארן רב אין דעם פליטים לאגער אין לימבורג, דייטשלאנד. אויך איז ער געווען א רב פון דער אידישער קהילה אין לאנדסבערג און אויסבורג. צום צווייטן מאל האט ער געהייראט מרת נחמה, א טאכטער פון רבי יחזקאל ווידמאן, א וויזשניצער חסיד און א רב פון דער סיטשלער קהילה.

אין תש"ז איז ער באשטימט געווארן רב פון דער עדת ישראל שול אין שטראסבורג, פראנקרייך און קורץ נאכהער איז ער געווארן אב בית דין פון דער קהילה. דערצו האט ער אויפגעשטעלט א כשרות סיסטעם וועלכע איז געווען זייער באוואוסט צווישן א סאך אידן פון גאנץ פראנקרייך.

אין תשל"ט האבן זיי זיך געצויגן קיין ירושלים, וואו מהאט אים אויפגענומען אלס דיין אין דער עדה החרדית און רב פון דעם זשופניק בית המדרש. ו אלול התשס"ד איז ער נפטר געווארן, און ער איז באערדיגט געווארן אין הר הזיתים אין ירושלים.

                                     

1. פאמיליע

יבזיווג ראשון ער האט געהייראט מרת ברכה, א טאכטער פון רבי אליעזר ליפא זילבערמאן, רבי אין ראצפערט, א זון פון רבי משה, רבי אין ראצפערט, און איידעם פון רבי נפתלי האלבערשטאם פון רודניק. זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אירע פינף קינדער, הי"ד.

נאך דער מלחמה אין יאר התש"ה האט ער געהייראט זיין צווייטע ווייב, מרת נחמה תרפ"א - ל׳ אב תשע״ב‏, טאכטער פון ר יחזקאל ווידמאן גאב"ד סיטשל, א וויזשניצער חסיד. זייערע קינדער:

  • מרת רבקה, ווייב פון רבי יהושע העשיל אייכנשטיין, זידיטשאווער רבי אין שיקאגא.
  • מרת מרים, די ווייב פון רבי מנחם מענדיל האגער, וויזשניצער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ.
  • מרת רייזל, די ווייב פון רבי יוסף דוב באב"ד, דער רב פון דער בעלזער קהילה אין לאנדאן.
  • מרת לאה, די ווייב פון רבי אליעזר ערנסטער, רב פון מאור חיים אין צפת.
  • רבי יחזקאל, אב"ד קניין תורה אין מאנסי. ער האט געהייראט מרת ביילא.
  • מרת שרה, די אלמנה פון רבי אהרן מאיר אייכנשטיין, נפטר געווארן י"ח חשוון התשע"ו דער זידיטשויב-קיוויאשדער רבי פון מאנסי אב"ד זכרון אלעזר, זון פון רבי יצחק אייזיק.
  • מרת פייגא, די ווייב פון רבי חיים שרגא פייוול שנייבאלג, גאב"ד קהל אברכים מאנסי.
                                     
  • אברהם לי דעמביצער ה תרמ ה - ה תש ב רבי אברהם לי פאקשיווניצער ה תר ן - ה תש ג רבי אברהם דוד הורוויץ ה תרע ב - ה תשס ד שטראסבורגער רב אברהם חיים הורוויץ
  • רבי דוד הורוויץ זצ ל ה תרמ ב - ה תש ב דער פשעצלאווער רב. רבי דוד איז געבוירן אין יאר ה תרמ א, צו זיין פאטער הרב אברהם חיים הורוויץ דער פלאנטשער רב
  • רבי ישראל דוד הורוויץ זצ ל כ ג תשרי ה תרנ ט - י ז טבת ה תשכ ז דער שענדישאוו - שאצער רבי פון ניו יארק. רבי ישראל דוד איז געבוירן אין שענדישאוו אין שמחת
  • אנגעהויבן פירן א הויף וואס זיין זיידע, רבי פינחס דוד הורוויץ האט אויפגעשטעלט אין תרע ה. רבי חיים אברהם איז געבוירן געווארן אין זידיטשויוו, מזרח גאליציע
  • רבי אברהם חיים הורוויץ זצ ל ה תר י - כ ט תשרי ה תרע ט דער פלאנטשער רב. רבי אברהם חיים איז געבוירן אין יאר ה תר י, צו זיין פאטער הרב משה הורוויץ רב אין
  • רבי אברהם חיים הורוויץ זצ ל דער צווייטער ה תק ץ - כ ג חשוון ה תרס ה רב אין לינסק. רבי אברהם חיים איז געבוירן אין יאר ה תק ץ אומגעפער צו זיין פאטער
  • אלימלך, זון פון רבי מאיר יצחק הורוויץ אב ד משיב כהלכה לינסק ווידעא קליפ פון שמועס מיט ר יושע רובין מיט ר שמואל דוד האלבערשטאם קלויזנבורגער רבי אין
  • רבי אברהם חיים הורוויץ זצ ל דער ערשטער ה תקמ ב - כ ה מנחם אב ה תקצ א רב אין לינסק. רבי אברהם חיים איז געבוירן אין יאר ה תקמ ב, צו זיין פאטער הרב
  • רבי אברהם הורוויץ זצ ל ה תר ן - ה תש ג רבי אברהם לי פאקשיווניץ. רבי אברהם לי איז געבוירן אין יאר ה תר ן אומגעפער צו זיין פאטער הרב יחיאל הורוויץ רב