ⓘ נארדוועסט טעריטאריעס איז איינע פון קאנאדעס דריי פעדעראלע טעריטאריעס. די נארדוועסט טעריטאריעס זענען געווארן א טייל פון דער קאנאדישער קאנפעדעראציע דעם 15טן יולי 1 ..

                                     

ⓘ נארדוועסט טעריטאריעס

נארדוועסט טעריטאריעס איז איינע פון קאנאדעס דריי פעדעראלע טעריטאריעס. די נארדוועסט טעריטאריעס זענען געווארן א טייל פון דער קאנאדישער קאנפעדעראציע דעם 15טן יולי 1870, אבער די היינטיקע גרענעצן פון דער טעריטאריע זענען געשאפן געווארן דעם 1טן אפריל 1999, ווען מען האט אויפגעשטעלט די טעריטאריע נונאוואוט.

די טעריטאריע האט געהאט א באפעלקערונג פון 45.136 ביי 2021 די הויפשטאט איז יעלאנייף, זייט 1967.

בערך העלפט פון דער טעריטאריע געפינט זיך צפון פון דער בוים ליניע.

                                     

1. געאגראפיע

די טעריטאריע איז פלאצירט אין צפון קאנאדע, צווישן די צוויי אנדערע פעדעראלע טעריטאריעס, יוקאן צו מערב און נונאוואוט צו מזרח. אויך גרענעצט זי מיט די פראווינצן בריטישע קאלאמביע צו דרום־מערב, און אלבערטא און סאסקאטשעווען צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 1.183.085 קוואדראט ק"מ.