ⓘ אדם הראשון איז געווען דער ערשטער מענטש אויפן ערד קוגל.‏ די ערשטע פרוי אויפן ערד קוגל איז געווען אדם הראשוןס ווייב מיטן נאמען חווה. ווען גאט האט געזעהן אז פאר אד ..

סדר עולם רבה

דער סדר עולם רבא איז מיוחס צו רבי שמעון בן חלפתא פון די ערשטע תנאים. עס איז דער ערשטער מדרש וואס אידן האבן, ער אנטהאלט בעיקר דאטוםס וואו די מעשיות שטייט אין די תורה פון ווען אדם הראשון איז געבוירן, ביז נאכן חורבן בית שני, דער עיקר אבער פארציילט ער ביז צום חורבן בית ראשון. עס איז געבויט אויף די פסוקי תנ"ך אבער איבראל לייגט ער צו דעם פונקטליכן דאטום, רש"י ברעגנט זייער פיל דערפון. צווישן די דאטומם שטייט אויך גאר שיינע מדרשים און דרשות אויף פסוקים, מוסר רייד און הלכות דרך ארץ. עס איז גאנצע פרקים און דאטוםם וואס אנדערע מדרשים האבן גענומען באות פונעם סדר עולם רבא ווי אין מדרש רבה. עס איז דא פירו ...

                                     

ⓘ אדם הראשון

אדם הראשון איז געווען דער ערשטער מענטש אויפן ערד קוגל.‏ די ערשטע פרוי אויפן ערד קוגל איז געווען אדם הראשוןס ווייב מיטן נאמען חווה. ווען גאט האט געזעהן אז פאר אדם הראשון פעלט א פּאָר האט ער גענומען איינע פון אדםס ריפּן און מיט איר באשאפן זיין ווײַב, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה: וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים, נַעֲשֶׂה אָדָם בְּצַלְמֵנוּ כִּדְמוּתֵנוּ; וְיִרְדּוּ בִדְגַת הַיָּם וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבַבְּהֵמָה וּבְכָל-הָאָרֶץ, וּבְכָל-הָרֶמֶשׂ, הָרֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ. וַיִּבְרָא אֱלֹהִים אֶת-הָאָדָם בְּצַלְמוֹ, בְּצֶלֶם אֱלֹהִים בָּרָא אֹתוֹ: זָכָר וּנְקֵבָה, בָּרָא אֹתָם

אדם מיט חווה האבן געהאט צום ווייניגסטן דריי קינדער: קין, הבל און שת.

אדם הראשון האט געלעבט ניין הונדערט און דרייסיג יאר, אין תלמוד בבלי שטייט אז אדם הראשון האט אוועקגעגבן זיבעציג יאר פאר דוד המלך.