ⓘ מאראמאראשער קרייז. מאַראַמאראשער קרייז איז א קרייז פון רומעניע, אין דער מאראמאראש ראיאן אין צפון פון לאנד. די הויפטשטאט איז באניע. אין 2011 האט דער קרייז געהאט ..

                                     

ⓘ מאראמאראשער קרייז

מאַראַמאראשער קרייז איז א קרייז פון רומעניע, אין דער מאראמאראש ראיאן אין צפון פון לאנד. די הויפטשטאט איז באניע.

אין 2011 האט דער קרייז געהאט א באפעלקערונג פון 461.290. אין 1910 איז די יידישע באפעלקערונג געווען 18.4%.

                                     

1. געאגראפיע

דער קרייז באדעקט א שטח פון 6.304 קוואדראט ק"מ, פון זיי זענען 43% באדעקט פון די ראדנע בערג. די הויפט טייכן זענען דער טיסא און זיינע בייטייכן, די איזא, ווישעווע און מארע.

דער מאראמאשער קרייז האט 2 שטעט, 11 שטעטלעך און 63 קאמונעס.

די שטעט זענען:

  • באניע
  • סיגעט

די שטעטלעך זענען:

  • שאמקוט
  • בארשא
  • דראגאמירעשט
  • קאפניק
  • פעלשע-באניע
  • מאדיאר-לאפאש
  • סעלישט
  • סייני
  • מאדיאראש
  • אולמעני
  • אויבער ווישעווע