ⓘ מונקאטש, הויף. מונקאטש איז א חסידישער הויף געגרינדעט אין דער שטאט מונקאטש אין די אנהייב תר יארן דורך הרב שלמה שפירא, אן אייניקל פון הרב צבי אלימלך שפירא פון דינ ..

                                     

ⓘ מונקאטש (הויף)

מונקאטש איז א חסידישער הויף געגרינדעט אין דער שטאט מונקאטש אין די אנהייב ת"ר יארן דורך הרב שלמה שפירא, אן אייניקל פון הרב צבי אלימלך שפירא פון דינאוו. היינט איז דאס חסידות הויפטקווארטירט אין בארא פארק, ברוקלין, געפירט דורכן אדמו"ר משה יהודה לייב ראבינאוויטש.

                                     

1. מונקאטשער רביס

  • רבי צבי הירש שפירא - זון פון רבי שלמה שפירא, איז געווארן אב"ד ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט, און איז געווען זיין ממלא מקום אלס רבי נאך זיין פטירה. ער האט געגרינדעם דעם מונקאטשער כולל אין ירושלים. ער איז געווען א שארפער קעגנער צו ציוניזם און השכלה. רבי צבי הירש איז נפטר געווארן דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות תרע"ד.
  • רבי שלמה שפירא - באשטימט מונקאטשער רב אין תרמ"ב, ער איז געווען אן אייניקל פון רבי שלמה שפירא, אייניקל פון רבי צבי אלימלך שפירא וואס האט געדינט פופציק יאר פריער ווי שטאטס רב. רבי שלמה שפירא איז געווען רב און אדמו"ר אין מונקאטש ביז זיין פטירה אין תרנ"ג.
  • רבי משה יהודה לייב רבינאוויטש - זון פון רבי ברוך יהושע ירחמיאל רבינאוויטש, געבוירן אין מונקאטש. געהאדעוועט אין די פאראייניגטע שטאטן. די שארית הפליטה פון די מונקאטשער חסידים האבן אים באקרוינט רבי. ער האט פועלט ווידעראויפצובויען דאס חסידות, און היינט איז די הויפטקווארטיר אין בארא פארק אין ברוקלין. ער האט געגרינדעט פונדאסניי בתי מדרשים, ישיבות, מוסדות פון חינוך און חסד אין די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, אייראפע, אויסטראליע און ארץ ישראל.
  • רבי ברוך יהושע ירחמיאל רבינאוויטש - זון פון רבי נתן דוד ראבינאוויטש און איידעם פון רבי חיים אלעזר שפירא. אין תרצ"ז, ווען ער איז געווען אלט 22, איז זיין שווער נפטר געווארן און מהאט אים אויפגענומען רבי. ער האט אפגעזאגט די רביסטעווע אין תש"ה. נאכהער האט ער געדינט ווי רב פון סאו פאולא אין בראזיל, און פון תשכ"ג הויפט רב פון חולון.
  • רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש - זון פון רבי ברוך יהושע ירחמיאל רבינאוויטש, דינאווער רבי.
  • רבי חיים אלעזר שפירא - זון פון רבי צבי הירש שפירא, איז געווען זיין פאטערס ממלא מקום אין די רבנות און רביסטעווע. ער האט אויפגעשטעלט דעם כולל תפארת צבי אויף זיין פאטערס נאמען, און האט געגרינדעט די מונקאטשער הייזער אין ירושלים. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער געגרינדעט די "דרכי תשובה" ישיבה אויפן נאמען פון זיין פאטערס ספר אויף שולחן ערוך. ער איז געווען א קעגנער פון אלע שטראמען פון ציוניזם.
                                     

2. ווידעראויפבלו פון מונקאטשער הויף

נאך די גרויזאמע מלחמה, איז מונקאטשער חסידות איבערגעפלאנצט געווארן אויף די אמעריקאנער באדן דורכן אייניקל פונם מנחת אלעזר, רבי משה לייב ראבינאוויטש שליט"א וואס האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה לשם ולתפארת איבער די גארער וועלט. די צענטער פון מונקאַטשער חסידות געפינט זיך היינט צוטאגס אין בארא פארק, ברוקלין, אבער עס געפינען זיך צענטערן פון מונקאטשער חסידים אין וויליאמסבורג, מאנסי, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, מאנטריאל, לאנדאן, מעלבארן, ירושלים און בני ברק.

זיין ברודער רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש, דער דינאווער רבי, האט אויפגעשטעלט א בית המדרש אין דעם וויליאמסבורג געגנט אין ברוקלין.