ⓘ שניאור קאטלער איז געבוירן געווארן אין סלוצק, ליטע, אין תרעח, צו זיין פאטער הרב אהרן קאטלער און זיין מוטער חנה פערל, א טאכטער פון הרב איסר זלמן מעלצער, שטאטס רב ..

                                     

ⓘ שניאור קאטלער

שניאור קאטלער איז געבוירן געווארן אין סלוצק, ליטע, אין תרע"ח, צו זיין פאטער הרב אהרן קאטלער און זיין מוטער חנה פערל, א טאכטער פון הרב איסר זלמן מעלצער, שטאטס רב און ראש ישיבה. זיין פאטער איז געווען א מגיד שיעור אין דער בישיבה.

ווען ער איז געווען אלט 23 איז ער געווארן א חתן אין קאוונע צו רישל, טאכטער פון הרב אריה מלכיאל פרידמאן. צוליב דער מלחמה וואס איז דעמאלסט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן פון ליטע קיין ארץ ישראל, צו לערנען אין דער חברונער ישיבה. ער איז געבליבן זיבן יאר אין ארץ ישראל. אין יענע יארן האט ער געלערנט מיט זיין זיידן, הרב איסר זלמן מעלצער, וואס איז געווען ראש ישיבה פון דער עץ חיים ישיבה אין ירושלים, און מיטן בריסקער רב. זיין כלה רישל איז אנגעקומען אין שאנכיי. ווען די פליטים אין שאנכיי האבן באקומען וויזעס פאר די פאראייניגטע שטאטן, איז אויך רישל אנגעקומען דארט, וואו זיי האבן חתונה געהאט.

                                     

1. משפחה

רבי שניאור און זיין ווייב רישל תרפ"ג - אב תשע"ה‏ האבן געהאט אכט קינדער:

  • רבי איסר זלמן קאטלער
  • מרת אסתר רייך
  • רבי אהרן קאטלער, מנהל פון בית מדרש גבוה
  • מרת בתשבע קרופעניע
  • רבי אריה מלכיאל קאטלער, ראש ישיבה אין בית מדרש גבוה
  • מרת שרה יהודית, ווייב פון רבי דוד שוסטאל, ראש ישיבה אין בית מדרש גבוה
  • רבי שרגא קאטלער, פון דער הנהלה פון בית מדרש גבוה
  • מרת ביילא הינדא ריבנער