ⓘ שולן ..

א שיהל

אָ שיהל איז די גרעסטע אשכנזישע שול אין סאן פאַולאָ, בראַזיל. די שוהל איז א בית חב"ד װאס איז געגרינדעט געװארן 20 יאר צוריק דורך דעם ליובאװיטשער רביס שליח אין בראַזיל, הרב ר יוסף שילדקרויט. היינט צו טאג באקומט עס אן עולם פון ארום 400 מענער און פרױען יעדן פרייטיק צו נאכט װאס די מערהייט באשטייט פון פרייע יידן. אין ראש השנה און יום כיפור דערגרייכט דער עולם 1800 מענטשן. דער נאמען "אָ שיהל" איז געגעבן געװארן נאך דער מערהייט פון די מתפללים פון דער שול װאס באשטייט פון דרומדיגע יידישע דיאלעקט רעדערס, אין ביי זיי דער אױסלייג פון דאס װארט שול װערט ארױסגערעדט שיל.

אליהו הנביא שוהל

די אליהו הנביא שוהל איז א אלטע ארטאדאקסישע ספרדישע שוהל אין אלעקסאנדריע, עגיפטן אויף דער דניאל הנביא גאס, געבויעט אין יאהר קט"ו. זי איז איינע פון די שענסטע שוהלן אין עגיפטן. זי איז חרוב געווארן ביי דער פראנצויזישער אינוואזיע אין 1798, און פריש איבערגעבויעט געווארן אין התרי"א מיט דער באשטייערונג פונעם דעמאלטסדיגן הערשער. פון דאן האט מען זי אויך גערופן די נייע שוהל. זי איז היינט שוין כמעט נישט אין באנוץ צוליב די ווייניג יודן וואס וואוינען דארט, און הויפטזעכליך צוליב זיכערהייטס זארגן פון די מוסולמענער שכנים. ספעציעל אין יאהר תשע"ב איז געווען א קאנטראווערסיע, ווען סהאט געהייסן אז די רעגירונג ל ...

אנשי ספרד

בית המדרש אנשי ספרד איז א היסטארישע שול אין בארא פארק, און פון די ערשטע שולן אין בארא פארק. מען רופט די שול די ספרדישע שול. די שול געפינט זיך ביים ווינקל פון פערצנטע עוועניו מיט 45סטע סטריט.

בית הכנסת אברהם אבינו

בית הכנסת אברהם אבינו איז א שול אין חברון, וואס ווערט גערופן נאך אברהם אבינו. די שול איז געגרינדעט געווארן דורך א גרופע אידן וועלכע זענען ארויפגעקומען פון שפאניע. ביי די ביטערע תרפ"ט פאגראמען, האבן די צעווילדעוועדעטע אראבער חרוב געמאכט די שול. מען האט איבערגעבויעט די שול און היינט ווערט די שול באנוצט יעדע שבת.

בית המדרש הגדול (מאנהעטן)

בית המדרש הגדול איז די גרויסע שול פון דער לאוער איסט סייד, אויף קלינטאן סטריט הארט נעבן דער וויליאמסבורג בריק. וויליאמסבורגער איינוואוינער זענען זייער באקאנט מיט דעם היסטארישן בנין, ווייל ער געפינט זיך אויפן וועג פון אפסטעיט - קרית יואל, מאנסי, אדער די קאנטרי - דורכן עף.די.אר. דרייוו. מען פארט דארט דורך פארן ארויפגייענדיג אויף דעלענסי סטריט צו דער בריק אריבער קיין וויליאמסבורג. אין דער שול האט געדינט דער איינציגסטער רב הראשי פון ניו יארק הרב יעקב יוסף און אויך צום לעצט הרב אפרים אשרי ז"ל. היינט דינט דארטן ברבנות זיין איידעם הרב גרינבוים, זון פון הרב שמעי גרינבוים שליט"א פון וויליאמסבורג פא ...

בית יהודי

בית יהודי איז א שול אין דער שטאט מאנסי וואס געהערט פאר הרב משה בער בעק, און איז זיין ארט פון ווי ער טרעט ארויס מיט זיינע מיינונגען בונגע הכלל והפרט. און ספעציעל ווערט דארטן אנגעפירט זיין קנאותדיגע שיטה, פאררופן אויף דער נטורי קרתא פלאטפארמע, און ווערן געזען אלס א פראקציע און/אדער שפלינטער גרופע פון דער אלגעמיינער נטורי קרתא באוועגונג. זיי באשטייען נישט פון קיין קהלה מיט צוגעהערן, נאר ליבערשט איז דאס א געוויסער קרייז צוזאמענגענומען פון פארשידענע שטרעמונגען פון כלל ישראל וואס זענען פאראייניגט אין א געוויסער אידעאלאגיע. די פארטיי איז געגרינדעט געווארן אין יאר תש"מ ווען הרב בעק האט זיך אריבערג ...

                                     

ⓘ שולן

  • מען יא רעדן - נישט אין צייט פון דאווענען פארשטייט זיך. אין רוב ארטאדאקסישע שולן איז פארהאנען א ווייבערשול, אדער ווי מ רופט עס, עזרת נשים, וואס איז געאייגענט
  • צווישא - שלום עליכם שולן קינדערלאנד און רמת שלום איז דער נאמען פון א נעץ יידישע ציוניסטישע שולן אין ארגענטינע און אורוגוויי. די ערשטע שלום עליכם
  • ה תרצ ט - קריסטאל נאכט, ווען די נאציס האבן חרוב געמאכט און פארברענט 1700 שולן אין איין נאכט. ה תשל ב ー אוולין קאפלון ישראלישע א קטריסע ה תשל ד ー ארלי לוי
  • לכתחילה בלויז אלס בית הכנסת צו דאווענען. אבער זענען שוין אסאך פון די היינטיגע שולן געווארן פארוואנדלט אין א לערנען פלאץ אויך. אבער אמאליגע צייטן איז דאס געווען
  • דא דארט מערערע שולן די גרעסטע שול איז אגודת ישראל ד בייסוואטער ווי רוב איינוואוינער דאווענען, אויך זענען דא דארט בערך נאך 8 שולן עס איז דא אין דער
  • אין און ארום דער הויפטשטאט. די רעשט וואוינען אויפן אינזל דזשערבא, מיט 39 שולן אין א קהילה וואס גייט צוריק 2, 600 יאר, אין ספאקס און אין האמאם - ליף. אין
  • פון דעטרויט פא רט מען אין דער דרום ריכטונג צו ווינדזאר אין קאנאדע. אין דעטרויט וואוינען 100, 000 יידן. דעטרויט אידישע נייעס זשואיש אנליין פארלוירענע שולן
  • עס באשטייט פון אשכנזישע, ספרד ישע, און א גרויס חלק פון בעלי תשובות. עס זענען דארט דא עטלעכע שולן תלמוד תורות, און חשובע רבנים וואס פירן אן דעם ציבור.
  • קען זיך װײ טער צעטײלן צו עטלעכע בא דײ טן: שלום עליכם פיוט שלום עליכם ווונטש שלום עליכם הויז שלום עליכם שרייבער שלום עליכם שולן מוסטער: שלום עליכם
  • דער געגנט געפינען זיך פילע געביידעס פון שולן און ישיבות. די צענטראלע שול איז בית ישראל וואס אנטהאלט צוויי שולן נוסח אשכנז און נוסח ספרד, עס אויך עקסיסטירן
  • דער הלכה נישט צו דאווענען אין פארנט פון א פרוי. אין די גרויסע שולן איז די ווייבער שול א גאלעריע. אין רוב ארטאדאקסישע שולן איז פארהאנען א ווייבער שול.
                                     

אהל פיגא

אהל פיגא איז איינע פון די בתי מדרשים וואס זענען דא אין קרית יואל, ניו יארק, און ער געהערט פאר קהל ייטב לב דקרית יואל. זיין רב איז הרב דוד דוב דושינסקי, אן איידעם פונעם סאטמארער רבין הרב אהרן טייטלבוים און א זון פון הרב יוסף צבי דושינסקי.

                                     

בראדסקי שול

די בראדסקי שול איז אין הארץ פון קיעוו, הויפט שטאט פון אוקריינע, עס איז אפען אגאנצן טאג פאר אידן זיך איבערצוכאפן איבער א הייס גלעזל קאווע, און מנינים תפילה. דער רב איז דער אינגער הרב משה ראובן אסמאן שליט"א. דער שול איז דער ומי פון די אידישע עשירים פון אוקריינע.

                                     

גאלדערס גרין בית המדרש

דער גאלדערס גרין בית המדרש איז א חשובע שול און קהילה אין גאלדערס גרין, לאנדאן. די קהילה איז געגרינדעט געווארן דורך פליטים פון נאצי דייטשלאנד אין תרצ"ה, און מען האט געווידמעט די היינטיקע שול אין תשט"ו. דער נוסח התפילה איז אשכנז. דער ערשטער רב איז געווען הרב אליהו מונק, און דער צווייטער הרב חיים פעלדמאן. דער היינטיקער רב איז הרב ישראל מאיר גרינבערג. די קהילה געהערט צו כדתיא פאר שחיטה און כשרות ענינים, און האט א פארטרעטער אויפן כשרות קאמיטעט. די קהילה האט אן אייגענע חברה קדישא.

                                     

ווייבערשול

די ווייבערשול אדער עזרת נשים איז דער ארט אין א שול אדער בית מדרש וואו די ווייבער דאווענען וואס איז געאייגענט פאר די פרויען וואס קומען דאווענען, און זענען הינטער א מחיצה אדער אין א באזונדערן שטוב לויט דער הלכה נישט צו דאווענען אין פארנט פון א פרוי. אין די גרויסע שולן איז די ווייבער שול א גאלעריע. אין רוב ארטאדאקסישע שולן, איז פארהאנען א ווייבער שול.

                                     

מגן אבות שול

די מגן אבות שול איז א שול אין סינגאפור, פלאצירט אויף וואטערלו גאס אין דעם ראכאר שטח, אין דעם צענטראל־טייל פון סינגאפור׳ס צענטראל האנדל דיסטריקט. די שול האט א מקוה און איז נאך ביז היינט דער צענטער פון דער יודישער געמיינדע מיט טעגליכע מנינים, שיעורי תורה און א גרויסע באטייליגונג ביי די תפילות שבת. מנשה מייער האט געבויעט די מגן אבות שול אין 1878, און זי איז די עלטסטע שול אין דרום־מזרח אזיע.

                                     

פאליש

ספאליש קען זיין א פאָר־ אדער הינטער־צימער צו א גרעסערן שטוב אדער בית המדרש. די גמרא רופט דאס אן פרוזדור. אז מערערע אידן דארפן א ברעטל צו מוסף, מאכט מען נאך א מנין אין פאליש.

                                     

קהילה בית אלהים

בית אלהים, ווערט אויך גערופן גאַרפילד טעמפּל און אַּכט עוועניו טעמפּל איז א רעפארם טעמפל וואס שטייט היינט אויף 274 גארפילד פלאץ און אכט עוועניו אין די פארק סלאופגעגנט אין ברוקלין, ניו יארק סיטי. עס איז היינט צו טאג די גרעסטע רעפארם טעמפל אין ברוקלין.

                                     

ריווערדייל יידישער צענטער

ריווערדייל יידישער צענטער איז אן ארטאדאקסישע שול אין ריווערדייל, בראנקס, ניו יארק סיטי. היינט צו טאג איז דארט הרב יונתן ראזענבלאט וועלכער האט איבערגענומען דעם פריערדיגן הרב יצחק גרינבערג. אין 2009 האט די רעגירונג אנטדעקט א פארזוך פון די מוסולעמענער צו באמבארדירן די שול.‏

                                     

שומר שבת (בארא פארק)

דער ארטאדאקסישער בית המדרש שומר שבת איז איינע פון די צענטראלע בתי מדרשים אין בארא פארק, ניו יארק וועלכע ווירבלט מיט מנינים כמעט ארום דעם זייגער. כאטש עס איז בכלל נישט אזוי שיין און גרויס ציהט עס א גרויסן ציבור צוליב איהר אייגנארטיגקייט. אויך איז זי בארימט מיט די מעשי צדקה ווחסד וואו משטעלט דארט אין קעלער צו פאר יודן צו עסן און מקען דארט כאפן היטשעס.

                                     

שטיבל

צו מיינט איר א צימערל? שטיבל: נאָמען פֿון אָרט וואוּ חסידים דאַווענען. מען האָט עס גערופֿן "חסידים–שטיבל", און מען פֿלעגט עס אויך רופֿן לויט דעם נאָמען פֿון דער שטאָט פֿון רבי, צו וועמען די חסידים פֿלעגן פֿאָרן: ווי צום ביישפיל "גערער שטיבלֹ".