ⓘ דזשייניזם איז א פאנטעיסטישע רעליגיע וואס לערנט קיין געוואלד קעגן לעבעדיקע באשעפענישן. די נשמה מוז זיך אויסלערנען הערשן איבער די אינערלעכע שונאים. אין דער מאדערנ ..

                                     

ⓘ דזשייניזם

דזשייניזם איז א פאנטעיסטישע רעליגיע וואס לערנט קיין געוואלד קעגן לעבעדיקע באשעפענישן. די נשמה מוז זיך אויסלערנען הערשן איבער די אינערלעכע שונאים. אין דער מאדערנער וועלט, איז דזשייניזם א קליינע אבער השפעהדיקע רעליגיעזע גרופע מיט עטלעכע 4.2 מיליאן נאכפאלגער אין אינדיע, און דערפאלגרייכע וואקסנדיקע געמיינדעס אין צפון אמעריקע, מערב אייראפע, דעם ווײַטן מזרח, אויסטראליע און אנדערש וואו.

                                     

1. עיקר נקודות

  • יעדע נשמה איז דער ארכיטעקט פון איר אייגן לעבן, אין דער דאזיקער וועלט און אין דער קומענדיקער וועלט.
  • דזשייניזם דינט די געטשקעס פון דזשינאס, אריהאנטס און טירטאנקארס.
  • יעדע לעבעדיקע באשעפעניש האט א נשמה.
  • דזשייניזם לייגט א דרוק אויף קאנטראלירן די חושים.